מי־דן: אַ ישׂראלדיקער כירורג און „בייסדזשאַמפּער‟

Mei-Dan: Israeli Surgeon And BASE Jumper

עומר מי־דן שפּרינגט אַרײַן אינעם 1,200־פֿוסיקן תּהום פֿון אַ מעקסיקאַנער הייל
Courtesy of Omer Mei-Dan
עומר מי־דן שפּרינגט אַרײַן אינעם 1,200־פֿוסיקן תּהום פֿון אַ מעקסיקאַנער הייל

פֿון אוריאל היילמאַן (ייִט״אַ)

Published April 09, 2015, issue of May 01, 2015.

עומר מי־דן געדענקט נישט, וויפֿל מאָל ער איז שוין געהאַט אַראָפּגעשפּרונגען פֿון פֿעלדזן, שוין אָפּגערעדט פֿון העליקאָפּטערס, הויכע בנינים און בריקן.

די געוויינטלעכע הימל־פֿליִען מיט אַ פּאַראַשוט זענען אַ לײַכטער גאַס־שפּאַציר אין פֿאַרגלײַך מיט „בייסדזשאַמפּינג‟ — אַ סכּנותדיקער עקסטרעמער ספּאָרט, מיט וועלכן עס פֿאַרנעמען זיך בערך 1,500—3,000 מענטשן אין דער וועלט; זיי שפּרינגען דווקא פֿון בנינים, אַנטענעס פֿון טעלעוויזיע־סטאַנציעס און אַנדערע רעלאַטיוו נידעריקע אָביעקטן. אין אַזאַ פֿאַל, עפֿנט זיך דער פּאַראַשוט אינעם לעצטן מאָמענט, גלײַך פֿאַרן לאַנדן. די סכּנה פֿון אַזאַ ספּאָרט איז אָן אַ שיִער גרעסער. כּדי צו קאָנטראָלירן זייער פֿלי, טוען אַ סך „בייסדזשאַמפּערס‟ אָן אַ פּאָר ספּעציעלע „פֿלעדערמויז‟־פֿליגלען.

ס׳איז נישט קיין חידוש, צום באַדויערן, אַז די ליבהאָבער פֿונעם דאָזיקן ספּאָרט ווערן אָפֿט צעקלאַפּט אויף טויט. דער קלענסטער טעות אָדער אַזאַ נישטיקייט, ווי אַ צופֿעליקער ווינט אָדער אַ שטויבעלע אין די אויגן, קאָן גורם זײַן אַ טויטלעכן אומפֿאַל.

מי־דן האָט דערקלערט דער ייִט״אַ אין באָלדער, שטאַט קאָלאָראַדאָ, וווּ ער וווינט מיט זײַן פֿרוי און דרײַ קינדער, אַז ער שרעקט זיך יעדעס מאָל, ווען ער שפּרינגט אַראָפּ. אַדרבה, ער האָט ליב דעם פּחד פֿאַר דער מעגלעכער מאָמענטאַלער טויט־סכּנה. דער 42־יאָריקער עקסטרעמער ספּאָרטלער האָט דערקלערט, אַז די ליבהאָבער פֿון „בייסדזשאַמפּינג‟ האָבן דווקא גרויס הנאָה פֿון אַזאַ שפּיל צווישן לעבן און טויט.

אין זײַן טאָג־טעגלעכן לעבן, איז מי־דן — אַ געבוירענער אין ישׂראל, וואָס וווינט אין קאָלאָראַדאָ זינט 2012 — אַ פֿאָרשטייער פֿון אַ געוויינטלעכער חשובֿער פּראָפֿעסיע: אַן אָרטאָפּעדישער כירורג. בעת זײַן אַרבעט בײַם קאָלאָראַדאָ־אוניווערסיטעט אין דענווער און באָלדער, טרעפֿט ער זיך כּסדר מיט פֿאַרוווּנדעטע ליבהאָבער פֿון סכּנותדיקע מינים ספּאָרט. ער אָפּערירט זיי און העלפֿט די אַנדערע דאָקטוירים צו פֿאַרשטיין בעסער אַזעלכע מענטשן און צו העלפֿן זיי זיך אויסצוהיילן פֿון די וווּנדן. אַחוץ „בייסדזשאַמפּינג‟, האָט מי־דן אויך ליב זיך צו גליטשן אויף די סקי, אַרויפֿקלעטערן אויף די בערג און שיפֿלען אין אַ קאַיאַק.

דער אומגעוויינטלעכער ספּאָרטלער איז דערצויגן געוואָרן אינעם קיבוץ עין־המפֿרץ, צפֿון פֿון חיפֿה. זײַן טאַטע איז געווען אַ קינדער־דאָקטער, און דער זון האָט זיך פֿון קינדווײַז אָן אינטערעסירט מיט מעדיצין. ווען ער האָט געדינט אין צה״ל און געוואָלט העלפֿן די אַנדערע סאָלדאַטן, פֿאַרוווּנדעט אויפֿן שלאַכט־פֿעלד, האָט ער באַשלאָסן צו גיין אין אַ מעדיצינישן אינסטיטוט. בשעתן דינען אינעם מיליטער ווי אַ פּאַראַשוטיסט, האָט ער זיך פֿאַרליבט אין די הימל־שפּרונגען.

צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, חגית, האָט מי־דן געשאַפֿן אַ קליינע טעלעוויזיע־מאַנשאַפֿט און געוויזן פֿאַרשיידענע סכּנותדיקע קונצן פֿאַרן זשורנאַל „נעשענעל דזשעאָגראַפֿיק‟ און דעם קאַנאַל „דיסקאַווערי‟. דער דאָקטאָר האָט דערקלערט, אַז כּדי צו העלפֿן די פֿאַרוווּנדעטע ספּאָרטלער, מוז מען באַטראַכטן ספּעציפֿישע פּרטים וועגן דער פֿיזיאָלאָגיע און אַפֿילו פּסיכאָלאָגיע פֿון יעדן באַזונדערן מענטש. אינעם יאָר 2013 האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ מעדיציניש בוך וועגן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון די עקסטרעמע מינים ספּאָרט.

מי־דן האָט צוגעגעבן, אַז ווען ער איז געווען ייִנגער, פֿלעגט ער אָפּטאָן נאָך מער סכּנותדיקע קונצן, צומאָל ממש אויף הפֿקר. למשל, ווען ער איז אַראָפּגעשפּרונגען פֿונעם „אייפֿעל־טורעם‟ אין פּאַריז, צווישן די מעטאַל־קאָנסטרוקציעס, האָט ער גרינג געקאָנט דערהרגעט ווערן.

זײַענדיק אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, האָט דער דאָקטער אָבער באַמערקט, אַז ער איז אַן איבערצײַגטער אַטעיִסט. ער האָט אונטערגעשטראָכן, אַז ווען ער גרייט זיך צו שפּרינגען אָדער געפֿינט זיך אין אַ סכּנה, וועט ער בשום־אופֿן נישט טראַכטן תּפֿילה צו טאָן.