מיטוואָך, דעם 8טן אַפּריל, האָט „רויטערס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אויספֿרעג, דורכגעפֿירט בשותּפֿות מיט דער סטאַטיסטישער פֿירמע „איפּסאָס‟, וועלכער ווײַזט, אַז צווישן די אַמעריקאַנער, וואָס האָבן געמאַכט אַ פּערזענלעכן באַשלוס וועגן דעם פּרעזידענט אָבאַמאַס נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט איראַן, איז די צאָל שטיצער אַ סך גרעסער, ווי די צאָל קעגנער. בײַ אַ סך אַמעריקאַנער איז אָבער דערווײַל נישטאָ קיין באַשטימטע מיינונג אויף דער דאָזיקער פֿראַגע.
36 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע שטיצן דעם אָפּמאַך, 18 פּראָצענט — זענען קעגן, און 46 פּראָצענט האָט זיך אײַנגעהאַלטן אַרויסצוזאָגן אַ מיינונג. קריס דזשעקסאָן, דער דירעקטאָר פֿון די פֿאָרש־ענינים בײַ „איפּסאָס‟, האָט באַמערקט, אַז הגם אויפֿן איצטיקן מאָמענט איז צו פֿרי פֿאָרויסצוזאָגן די ווײַטערדיקע רעזולטאַטן, ווײַל בײַ כּמעט אַ העלפֿט אַמעריקאַנער האָט זיך נאָך נישט פֿאָרמירט אַ שטאַרקע פּאָזיציע לגבי דעם אָפּמאַך, ווײַזט דער שאַרפֿער חילוק צווישן די שטיצער און קענגער — צוויי דריטל קעגן איין דריטל — אַז די בירגער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן זענען, בדרך־כּלל, צופֿרידן מיט די רעזולטאַטן פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן.
דער אויספֿרעג האָט אַרויסגעוויזן שטאַרקע חילוקי־דעות צווישן דעם פּראָ־רעפּובליקאַנער און פּראָ־דעמאָדראַטישן ציבור. צום חידוש, האָט זיך אָבער אויך אַרויסגעוויזן, אַז 31 פּראָצענט רעפּובליקאַנער זענען פֿאַרן אָפּמאַך, 30 — קעגן, און 40 זענען נישט זיכער. להיפּוך צו דער אַלגעמיינער קעגנערשאַפֿט צו אָבאַמאַס פּאָליטיק, באַקומט זיך, אַז אין דעם פֿאַל האָבן די רעפּובליקאַנער מיינונגען זיך שטאַרק צעשפּאָלטן.
דזשעקסאָן האָט אָבער צוגעגעבן, אַז דער צוגאַנג צום אָפּמאַך מיט איראַן וועט ווערן אַ וויכטיקער פּאַרטיי־ענין, קאָנען די רעפּובליקאַנער זיך פֿאַראייניקן קעגן, צוליב דעם פּאָליטישן אַחדות. פֿונדעסטוועגן, ווי דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער פֿאָרש־פֿירמע האָט באַמערקט, זענען אַ מערקווירדיקע צאָל רעפּובליקאַנער געשטימט פּרינציפּיעל קעגן דער אַמעריקאַנער אַרײַנמישונג אויפֿן מיטל־מיזרח, צוליב אידעאָלאָגישע און אַנדערע סיבות.
דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס ווערט קאָנטראָלירט דורך די רעפּובליקאַנער. אַ סך פֿון זיי באַטראַכטן איראַן ווי אַ סכּנותדיקע מלוכה, וואָס שטיצט טעראָריזם. כּדי אויסצואַרבעטן און אָננעמען די ענדגילטיקע תּנאָים פֿונעם אָפּמאַך, וועלכן מע קלײַבט זיך צו שליסן אין יוני, וועט דאָס „ווײַסע הויז‟ דאַרפֿן איבערצײַגן די ברייטע מאַסן אינעם לאַנד, אַז אָבאַמאַס דיפּלאָמאַטישער צוגאַנג איז טאַקע גוט. נאָכן ענדגילטיקן אָפּמאַך, פּלאַנירט מען אָפּצושאַפֿן די אַמעריקאַנער און אינטערנאַציאָנאַלע אַנטי־איראַנישע סאַנקציעס.
דזשעקסאָן האָט געוואָרנט, אַז די שטאַרקע פּאָפּולאַריטעט פֿונעם אָפּמאַך איז לאַוו־דווקא אַ סימן, אַז דער קאָנגרעס וועט אָננעמען אָבאַמאַס באַשלוסן. די געזעצגעבער קאָנען אויסנוצן דעם פֿאַקט, וואָס אַ סך אַמעריקאַנער האָבן נישט קיין זיכערע פּאָזיציע, ווי אַ סימן, אַז מע מוז נישט פֿאָלגן די מיינונג פֿון די אָפּמאַך־שטיצער.
צווישן די דעמאָקראַטן, זענען 50 פּראָצענט פֿאַרן אָפּמאַך, 10 — קעגן און 39 — נישט זיכער. צווישן די אומאָפּהענגיקע, וואָס זענען נישט צופֿרידן מיט ביידע הויפּט־פּאַרטייען, שטיצן דעם הסכּם 33 פּראָצענט, 21 פּראָצענט — נישט, און 45 פּראָצענט האָבן זיך אײַנגעהאַלטן צו ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע. בלויז אַ קליינער מיעוט סײַ צווישן די דעמאָקראַטן, סײַ צווישן די רעפּובליקאַנער — 5 און 11 פּראָצענט — גלייבן, אַז כּדי נישט צו דערלאָזן איראַן צו שאַפֿן אַ נוקלעאַרע באָמבע, מוז מען זיך באַנוצן מיטן מיליטערישן כּוח, הגם אַ העלפֿט רעפּובליקאַנער און 35 פּראָצענט דעמאָקראַטן האַלטן, אַז מע מעג אַטאַקירן איראַן, אויב די דיפּלאָמאַטישע מיטלען וועלן נישט העלפֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.