אין אונטערשיד צו אַנדערע כװאַליעס פֿון רוסיש־ייִדישער עמיגראַציע, װערן די איצטיקע אימיגראַנטישע שרײַבער װאַרעם אױפֿגענומען אין אַמעריקע און אין דײַטשלאַנד. דער לײענערישער עולם דערװאַרט פֿון זײ דראַמאַטישע דערצײלונגען װעגן דעם לעבן אונטער דעם יאָך פֿון דער סאָװעטישער מאַכט. די קליגערע און מער דערפֿאַרענע אימיגראַנטישע מחברים, װאָס האָבן שױן גוט באַהערשט די נײַע שפּראַך און זיך אײַנגעלעבט אין דער נײַער קולטור, האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז זײערע משפּחה־געשיכטעס פֿאַרמאָגן אַ רײַכן שטאָף פֿאַר אַ גוטן בוך.
דער אױפֿבלי פֿון דער רוסיש־ייִדישער אימיגראַנטישער פּראָזע האָט זיך אָנגעהױבן מיט אַ יאָר צען־פֿופֿצן צוריק. אַזעלכע שרײַבער װי גערי שטײנגאַרט אין ניו־יאָרק אָדער לענאַ גאָרעליק אין מינכן האָבן באַשריבן זײער אײגענע אימיגראַנטישע דערפֿאַרונג װי יונגע לײַט, װאָס האָבן געפֿונען אַ נײַע הײם און אַ נײַע שפּראַך. זײערע נאָכפֿאָלגער, באָריס פֿישמאַן און יעלענאַ אַכטיאָרסקאַיאַ אין אַמעריקע שעפּן זײער מאַטעריאַל פֿון די עלטערע דורות אין זײערע משפּחות. אויף דעם דאָזיקן װעג איז געגאַנגען קאַטיאַ פּעטראָװסקאַיאַ, װאָס האָט זיך אַריבערגעצױגן פֿון קיִעװ קײן בערלין מיט פֿופֿצן יאָר צוריק. איר ראָמאַן „מסתּמא אסתּר‟ באַשטײט פֿון אַ רײ נאָװעלן, װאָס דערצײלן די געשיכטעס פֿון פֿאַרשידענע מיטגלידער פֿון איר פּױליש־אוקראַיִנישער ייִדישער משפּחה.
פּעטראָװסקאַיאַס בוך באַזירט זיך טײלװײַז אױף די דערצײלונגען, װאָס זי האָט קינדווײַז געהערט פֿון אירע עלטערן און באָבע־זײדע, און טײלװײַז אױף אירע אײגענע פֿאָרשונגען, אונטערגענומען אין פֿאַרשידענע אַרכיװן. דעם אינטערעס צו ליטעראַטור און געשיכטע האָט זי באַקומען בירושה פֿון איר פֿאָטער, דעם באַקאַנטן קיִעװער ליטעראַטור־פֿאָרשער מיראָן פּעטראָװסקי. זי האָט שטודירט די רוסישע ליטעראַטור אין דעם אוניװערסיטעט פֿון טאַרטו (עסטלאַנד), און געמאַכט אַ דאָקטאָראַט אין מאָסקװע. איר עלטערער ברודער איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אין אַמעריקע. דעריבער איז זי גוט צוגעגרײט געווען צום אָנשרײַבן אַ ליטעראַריש־היסטאָריש בוך.
פֿאַר װאָס זשע האָט זי באַשלאָסן צו שרײַבט װעגן איר משפּחה דװקא אױף דײַטש? זי ענטפֿערט אױף דעם פּראָסט און פּשוט, אַז זי האָט מורא פֿאַר דער רוסישער שפּראַך. אַװדאי, שאַפֿט אַזאַ שפּראַך־אױסקלײַב אַ געװיסע שפּאַנונג. אײניקע פֿון אירע קרובֿים זײַנען דערשאָסן געװאָרן אין באַבי יאַר. אין דער צענטראַלער נאָװעלע פֿונעם בוך דערצײלט זי װעגן איר עלטער־באָבע, װאָס איר נאָמען האָט זיך ניט פֿאַרהיט אינעם משפּחה־זכּרון. װען קאַטיאַ האָט געפֿרעגט װעגן דעם איר טאַטן, האָט ער איר ניט געקאָנט געבן אַ ריכטיקן ענטפֿער; ער האָט זי תּמיד גערופֿן „באַבושקאַ‟, אָבער דעם נאָמען אירן האָט ער ניט געדענקט, „מסתּמא אסתּר‟. דערפֿון איז אױסגעװאַקסן דער נאָמען פֿונעם גאַנצן בוך. די עלטער־באָבע איז דערשאָסן געװאָרן נאָך אײדער זי איז געקומען קײן באַבי יאַר בלױז פֿאַר דעם, װאָס זי האָט געװאָלט פֿרעגן בײַ אַ דײַטשישן אָפֿיצער, צי זי מוז טאַקע פֿאָלגן נאָך אַנדערע ייִדן, װײַל ס‘איז איר שווער געווען צו גײן צופֿוס.
שױן װי אַ דערװאַקסענע פֿרױ האָט זיך פּעטראָװסקאַיאַ „פֿאַרליבט‟ אין דער דײַטשישער שפּראַך. פֿאַר איר איז דאָס געװאָרן אַ „קאַמף קעגן שטומקײט‟, װאָס האָט איר געהאָלפֿן צו געפֿינען אַן אײגענע שטים און אַן אײגענעם סטיל. איר נוסח צו שרײַבן איז אַ געמיש פֿון פֿאַקטן און פֿרײַע אַסאָציאַציעס, װאָס איז אײנצײַטיק זאַכלעך־קאַלט און הײס־עמאָציאָנעל. זי שעפּט מעטאַפֿאָרן און קינסטלערישע אימאַזשן פֿון ביאָגראַפֿישע אומשטאַנדן פֿון אירע קרובֿים. זי שטאַמט פֿון דורות לערער און לערערינס, װאָס האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט לערנען טױב־שטומע קינדער צו רעדן. איר זײדע איז פֿאַרטאָן געװאָרן אין דער רעװאָלוציע און געביטן זײַן נאָמען שטערן אױף פּעטראָװסקי; אָבער אירע אַליין געהערט צו דער רוסיש־רעדנדיקער ייִדישער אינטעליגענץ, װאָס האָט געהאַט װײניק צו טאָן מיט דער סאָװעטישער מאַכט.
„מסתּמא אסתּר‟ האָט אין 2014 באַקומען דעם בכּבֿודיקן אינגעבאָרג־באַכמאַן־פּרײַז פֿאַר דער דײַטשישער ליטעראַטור, װאָס האָט געמאַכט קאַטיאַ פּעטראָװסקאַיאַ באַרימט. איר בוך האָט אױסגענומען בײַ דער דײַטשישער ליטעראַטור־קריטיק מיט דער אײגנאַרטיקער אַנטקעגנזעצונג צװישן אױפֿקלערונג און געמיטלעכקײט. װי עס האָט באַמערקט אײנער פֿון די קריטיקער, האָט פּעטראָװסקאַיאַ אויפֿגעלעבט די „מיזרחדיק־באַפֿאַרבטע פֿיל–שיכטיקײט פֿון דײַטש‟, װאָס מען האָט שױן לאַנג געהאַלטן פֿאַר פֿאַרלױרן.
װען די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן אָנגעהױבן צו קומען קײן דײַטשלאַנד פֿונעם געװעזענעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין די 1990ער יאָרן, האָבן אײניקע דײַטשישע אינטעליגענטן געגלייבט, אַז זײ װעלן העלפֿן װידער אױפֿצובױען די צעשטערטע דײַשיש־ייִדישע קולטור פֿון דער ביז־היטלער־תּקופֿה. לרובֿ זײַנען זײ אָבער אַנטױשט געװאָרן, דאָך האָבן אײניקע פֿאָרשטײער פֿון דער דאָזיקער אימיגראַציע טאַקע יאָ באַרעכטיקט די דאָזיקע האָפֿענונגען. קאַטיאַ פּעטראָװסקאַיאַס משפּחה־געשיכטע פּאַסט זיך זײער גוט אַרײַן אין די דאָזיקע דערװאַרטונגען. זי דערצײלט אױף אַ קולטיװירטער דײַטשישער שפּראַך געשיכטעס װעגן אײדעלע רוסיש־ייִדישע אינטעליגענטן, װאָס זײַנען גאַנץ ענלעך אױף דער דײַטשיש־ייִדישער אינטעליגענץ. סײַ די, סײַ יענע האָבן געליטן פֿון טאָטאַליטאַרישע רעזשימען.
פּעטראָװסקאַיאַ, אַן אינטעליגענטע ייִדישע פֿרױ פֿון קיִעװ, פֿאַרקערפּערט דעם פֿאַרלױרענעם דײַטשישן עבֿר. זי ברענגט מיט זיך אַ האָפֿענונג, אַז דײַטש קאָן װידער װערן די קולטור־שפּראַך פֿון מיטל־אײראָפּע. זי איז אַ לעבעדיקער באַװײַז דערפֿון, אַז די בלוטיקע רציחות פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד האָבן ניט אומגעבראַכט די דײַטשישע שפּראַך. דײַטש קאָן אפֿשר װידער װערן אַ שפּראַך פֿון ייִדישער שעפֿערישקײט, װאָס װעט באַרײַכערן די דײַטשישע קולטור. קאַטיאַ פּעטראָװסקאַיאַ איז אַ געניטע און קלוגע מחברין, װאָס פֿאַרמאָגט אַ פֿײַנעם חוש פֿאַר דעם, װאָס די דײַטשישע עפֿנטלעכקײט װיל הערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.