די, וואָס אינטערעסירן זיך מיט די וויכטיקע רעזולטאַטן פֿון פֿיל־יאָריקע ייִדישע שטודיעס, דאַרפֿן זיך באַקענען מיט שׂרה ליפּטאָנס פֿריש בוך „דער פֿינצטערער שפּיגל: די מיטל־עלטערלעכע וואָרצלען פֿון אַנטי־ייִדישער איקאָנאָגראַפֿיע‟.
די מחברטע, אַ געניטע פֿאָרשערין פֿון היסטאָריע, האָט אַנאַליזירט אַ ריזיקע צאָל מיטל־עלטערלעכע קריסטלעכע קונסט־ווערק און באַטראַכט זיי פֿון פֿאַרשיידענע אָריגינעלע קוקווינקלען. אינעם בוך, שטרעבט זי אויך צו דערקלערן, ווי אַזוי די אַלטע איקאָנאָגראַפֿיע איז פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע אין דער מאָדערנער תּקופֿה, און מיט די באַציִונגען צו ייִדן אין אייראָפּע. אין דער זעלבער צײַט, האָט זי געפֿרעגט ערנסטע קשיות וועגן געוויסע אָנגענומענע השערות וועגן דער אייראָפּעיִשער און ייִדישער געשיכטע.
ליפּטאָן דערקלערט אין איר בוך, אַז דער נאָמען, „דער פֿינצטערער שפּיגל‟, האָט אַן איראָנישן טעם, ווײַל זי האָט געוואָלט דווקא ווײַזן, אַז נישט אַלץ אין דער מיטל־עלטערלעכער ייִדישער געשיכטע אין אייראָפּע איז געווען אַזוי געפֿערלעך פֿינצטער. פֿונדעסטוועגן, האָט די קריסטלעכע קונסט־טראַדיציע טאַקע געשילדערט די ייִדן כּסדר אין בפֿירוש העסלעכע שוואַרצע פֿאַרבן.
די מחברטע דערמאָנט די לייענער, אַז פֿון די אַלטע איקאָנעס קאָן מען נישט מאַכן קיין אויספֿירן, ווי אַזוי ס׳רובֿ קריסטן האָבן זיך למעשׂה באַצויגן צו ייִדן אָדער וועגן דעם סטאַטוס פֿון די ייִדישע קהילות. נישט אַלץ, וואָס די קירך האָט געמאָלן און געפּריידיקט, האָט דער ברייטער עולם געפֿאָלגט. פֿונדעסטוועגן, גלייבט די פֿאָרשערין, אַז די פֿינצטערע אַנטיסעמיטישע אימאַזשן האָבן גענוג אָפֿט יאָ גורם געווען צרות פֿאַר ייִדן און געדינט ווי אַ קוואַל פֿון אַנטיסעמיטיזם.
מיט פֿאַרשיידענע בײַשפּילן, ווײַזט ליפּטאָן, אַז ווײַט נישט אַלעמאָל האָבן די מיטל־עלטערלעכע קריסטן זיך באַצויזן צו די ייִדן מיט אַ געפֿערלעך טיפֿער שׂינאה. אין אַ סך פֿאַלן, איז אָבער טאַקע געווען אַזוי. דער שענסטער טייל פֿון איר בוך זענען די 112 אילוסטראַציעס, סיסטעמאַטיש אָרגאַניזירט לויטן כראָנאָלאָגישן סדר. די הויכע עסטעטישע מדרגה פֿון מיטל־עלטערלעכע ווערק קומט אין סתּירה מיטן טראַדיציאָנעלן אַנטיסעמיטישן תּוכן. די אַלטע קונסט־מײַסטערס האָבן געשילדערט, ווי אַזוי די ייִדן האָבן געקרייצט יעזוסן, און צאַפּן ווײַטער פֿון די קריסטן און בלוט. גאָר אַן אינטערעסאַנטע פֿראַגע ווערט באַהאַנדלט אינעם זעקסטן קאַפּיטל פֿונעם בוך: פֿאַרוואָס ווערן אויף די אַלטע איקאָנעס געשילדערט דווקא ייִדישע מענער? וווּ זענען די פֿרויען?
אין איר פֿאָרשונג, וואַרפֿט ליפּטאָן אָפּ, מיט שטאַרקע ראַיות, די באַקאַנטע השערה, לויט וועלכער די אַנטי־ייִדישע מאָטיוון האָבן זיך באַוויזן אין דער קריסטלעכער קונסט אין שײַכות מיט די קרייץ־צוגן. מיט קאָנקרעטע בײַשפּילן, דעמאָנסטרירט זיך, אַז די אַנטיסעמיטישע מאָטיוון טרעפֿן זיך שוין אָנהייב 11טן יאָרהונדערט און זענען באַגרינדעט אויף גאָר אַלטע געדאַנקען פֿון פּאַול און אויגוסטין. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט די אַנטיסעמיטישע רציחה פֿון די צעיושעטע קרייץ־טרעגער געהאַט גאָרנישט צו טאָן מיט די אָפֿיציעלע אויפֿרופֿן פֿונעם פּויפּסט אָדער מיטן איבערנעמען ירושלים פֿון די מוסולמענער אינעם יאָר 1099.
אַזוי ווי אַנדערע פֿאָרשער, וועלכע האָבן לעצטנס דערוויזן, אַז די ייִדישע געשיכטע אין אייראָפּע איז נישט באַשטאַנען בלויז פֿון צרות און רדיפֿות, שאַפֿט ליפּטאָן אַ מער קאָמפּליצירט געשטאַלט. הגם, אַוודאי, האָבן די קריסטן אָפֿט געפֿערלעך גערודפֿט די ייִדן, האָבן די ייִדישע קהילות פֿאָרט געבליט אין אייראָפּע און, סוף־כּל־סוף, געוואָרן די דאָמינירנדיקע מערהייט־עדה, אין פֿאַרגלײַך מיט די ייִדישע תּושבֿים פֿונעם מוסולמענישן מיזרח.
במשך פֿון דער מיטל־עלטערלעכער תּקופֿה, זענען די קריסטלעכע אימאַזשן פֿון ייִדן געוואָרן אַלץ פֿינצטערער און העסלעכער. פֿון אַ מאָדנער גרופּע, צו וועלכער יעזוס און זײַנע תּלמידים אַליין האָבן געהערט, און וועלכע האָבן זיך אָפּגעזאָגט אָנצונעמען זייער אייגענעם „משיח‟, האָבן זיך די ייִדן, צו ביסלעך, פֿאַרוואַנדלט אין אַ טײַוולאָנישער סטראַשילדע, אַסאָציִיִרט מיט שוואַרצע קראָען, קעץ און זשאַבעס.
אַזוי צי אַזוי, באַטאָנט די מחרבטע, אַז די אַלטע אַנטיסעמיטישע געשטאַלטן האָבן געשפּילט אַ ממשותדיקע טראַגישע ראָלע אין דער נאַצי־פּראָפּאַגאַנדע. הגם אין דער אַלטער אייראָפּע האָבן זיי געדינט גיכער ווי טעאָרעטישע משלים פֿונעם קריסטלעכן געדאַנקען־גאַנג, האָבן זיי אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט צוגעגעבן פֿײַער צו דעם ייִדישן חורבן.
* ראָבערט חזן איז פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.