מיט יאָרן צוריק פֿלעג נאָך אויסקומען צו הערן די מיינונג, אַז ייִדיש האָט נישט קיין גראַמאַטיק; אָדער די נאַיִווע פֿראַגע, צי האָט ייִדיש אַ גראַמאַטיק? נאָך אין 1863 האָט אַלכּסנדר צעדערבוים געשריבן אין „קול מבֿשׂר”, אַז ווײַל ייִדיש האָט נישט קיין גראַמאַטיק, זאָגט מען סײַ „דאָס גלאָז”, סײַ „די גלאָז”; סײַ „דאָס פֿערד”, סײַ „דער פֿערד”. ווי אַזוי זאָל מען פּסקענען וואָס ס’איז ריכטיק? לויט דער עכטער, דײַטשישער שפּראַך… אויך צעדערבוימען קען מען צורעכענען צו די „נאַיִווע”: אין זשורנאַליזם און אין פּאָליטיק איז ער, אַוודאי, געווען אַ געניטער, אָבער אין שפּראַך־וויסנשאַפֿט — נישט, ווײַל צו יענער צײַט איז דאָך ס’מאָדערנע ייִדיש נאָך געלעגן אין די ווינדעלעך.
נו, אַזאַ מין פֿרעגער צי אַרויסזאָגער פֿון אַ מיינונג ווייסט נישט, אַז גראַמאַטיק איז פֿאַראַן, נישט געקוקט דערויף, צי מע האָט זי ערגעץ פֿאַרשריבן, צי נישט; גראַמאטיק באַשטייט אין די כּללים, וואָס לויט זיי רעדט מען אַ לשון. אָן די כּללים וואָלט מען זיך נישט געקענט צונויפֿרעדן. ביזן הײַנטיקן טאָג זענען דאָך פֿאַראַן אויף דער וועלט הונדערטער לשונות, וואָס מע רעדט זיי בלויז, אָבער מע שרײַבט זיי נישט, ווײַל מע האָט נאָך נישט אָנגעשריבן זייער גראַמאַטיק; פֿונדעסטוועגן, האָבן זיי אַ גראַמאַטיק לכל־הדעות.
איז דער אמתן איז צעדערבוימס טענה בשעתּו געגאַנגען אין דעם, פֿאַר וואָס ייִדיש האָט נישט קיין נאָרמירטע גראַמאַטיק, אַזאַ וואָס אַלע רעדערס און שרײַבערס פֿון דער שפּראַך זאָלן האָבן אָנגענומען. נו, פּונקט אין יענער צײַט האָט זיך אָנגעהויבן פֿורעמען אַזאַ הסכּם־כּולם, וואָס מע רופֿט, „נאָרמירטע גראַמאַטיק‟.
אינטערעסאַנטער, מיין איך, איז די מיינונג פֿון בער באָראָכאָוו, דער באַוווּסטער טעאָרעטיקער פֿונעם ציוניזם, אָבער אפֿשר אויך דער ערשטער, וואָס האָט זיך אָנגערופֿן „ייִדישער פֿילאָלאָג”. ער האָט אָנגעוויזן דערויף, אַז ס’זענען פֿאַראַן לשונות מיט אַ קאָמפּליצירטער גראַמאַטיק, אַ שטייגער, ליטוויש, לאַטײַן, רוסיש, וואָס זיי האָבן אַ סך בייגפֿאַלן; מוז מען זיך פֿאַרגעדענקען אָן אַ שיעור ענדונגען. ווינציקער קאָמפּליצירט אין דעם פּרט איז די דײַטשישע גראַמאַטיק, נאָך ווינציקער — די ייִדישע און דער שפּיץ — די ענגלישע, וואָס זי האָט אין גאַנצן נישט קיין בייגפֿאַלן. באָראָכאָוו האָט דאָס געהאַלטן פֿאַר אַ מעלה און זיך נישט געקענט דערוואַרטן אויפֿן טאָג, ווען ייִדיש וועט זײַן אַזוי ווי ענגליש, וועט מען מער נישט זאָגן „דער, די דאָס”, נאָר בלויז „דע”. ער האָט עס נישט דערלעבט, נאָר אפֿשר וועלן מיר עס יאָ דערלעבן, ווײַל בײַ די חסידים, אונטער דער השפּעה פֿון ענגליש און עבֿרית, צעפֿאַלן זיך די דרײַ מינים „דער, די, דאָס”.
אויך טשיקאַווע איז אַ נײַע אַנטוויקלונג, וואָס לויט די באַריכטן קומט זי פֿאָר בײַ די ישׂראלדיקע חרדים: ס’קומט אויס פֿון זיי צו הערן נישט נאָר, למשל, „זיי זענען מיר מוחל”, נאָר אויך „זיי זענען מיר מוחלים”, וואָס דאָס איז נענטער צום עבֿרית („אנחנו מוחלים/סולחים להם”). ווען כ’האָב זיך דאָס דערוווּסט, בין איך געבליבן געפּלעפֿט. נאָך מער בין איך געבליבן מיט אַן אָפֿן מויל, ווען די פֿאָרשערין, וואָס זי האָט דערוועגן דערציילט, האָט צוגעגעבן: ס’איז אַ סימן, אַז ייִדיש קריגט שוין צו אַ ביסל גראַמאַטיק. אַזוי רעדט אַ לינגוויסט?! דורך עבֿריתּישע אויגן לייגט זיך „מיר זענען זיי מוחלים” טאַקע מער אויפֿן שׂכל, אָבער אַזאַ ענין מוז מען דאָך באַטראַכטן דורך ייִדישע אויגן!
און דאָ האָבן מיר שוין אַן אייביקע צרה פֿון מאַמע־לשון: כּמעט ווי נישטאָ און נישט געווען קיין ייִדיש־רעדער, וואָס זאָל נישט קענען קיין צווייטע שפּראַך. האַלט מען אין איין פֿאַרגלײַכן. ווי ס‘האָבן געטענהט די משׂכּילים: נישט נאָר, אַז ייִדיש איז אַ פֿאַרגרײַזטער דײַטש, נאָר אַז דאָס לשון־קודש בײַ ייִדיש־רעדערס, ווי אויך דער לשון־קודש־קאָמפּאָנענט פֿון מאַמע־לשון, איז פֿול מיט גרײַזן, וואָרן נישט בהסכּם מיטן לשון־קודשדיקן דיקדוק. אָט זאָגן מיר דאָך „טליתים”, „שבתים” אאַז”וו, וואָס פֿון דעם קוקווינקל פֿון עבֿרית איז דאָס אַן אַבסורד. אָבער אַזוי איז די מעשׂה מיט שפּראַכן: זיי דערווײַטערן זיך פֿון זייערע וואָרצלען.
איז וואָסער גראַמאַטיק איז בעסער? איז טאַקע בעסער, און פּראָגרעסיווער, ס’ענגלישע לשון מיט זײַן כּלומרשט פּשוטער גראַמאַטיק, בשעת ליטוויש איז אָפּגעשטאַנען, מיט זײַנע אָן אַ שיעור בייגפֿאַלן?
ניין, יעדעס לשון האָט די גראַמאַטיק, וואָס סע דאַרף; קיין איין גראַמאַטיק איז נישט בעסער אָדער ערגער. זעט איר, גרינגער צי שווערער, דאָס יאָ — ווי געזאָגט, דאַרף די ליטוויש־ אָדער רוסיש־רעדער קענען פֿון אויסנווייניק אָן אַ שיעור ענדונגען, בשעת דער ענגליש־רעדער דאַרף כּמעט גאָרנישט. אָט פֿאַר וואָס די וועלט מיינט, אַז אויסלערנען זיך ענגליש איז אַ סך גרינגער ווי רוסיש. וויל איך דער וועלט אויסזאָגן אַ סוד: לויט מײַן מיינונג איז ענגליש, אין דער אמתן, שווערער. בײַם אָנהייב איז רוסיש זייער שווער, ווײַל מע מוז זיך אויסלערנען אַזוי פֿיל פּרטים, אָבער דווקא ווײַל רוסיש אד”גל האָבן אַזוי פֿיל ענדונגען, קען מען בײַם לייענען, אַ שטייגער, אַ קעפּל אין אַ צײַטונג נישט צעטומלט ווערן. אויף ענגליש איז פֿאַרקערט: בײַם אָנהייב איז זייער גרינג, אָבער וואָס ווײַטער מע גייט, אַלץ מער מוז מען דרינגען, ווײַל ענגליש האָט נישט קיין ענדונגען…
איז וויל איך נישט דערלעבן אַ טאָג, ווען די ייִדישע גראַמאַטיק זאָל זײַן געגליכן צו דער ענגלישער; ייִדיש האָט זיך זײַן אייגענע גראַמאַטיק, און אַזוי דאַרף עס זײַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.