ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published April 13, 2015, issue of May 01, 2015.

מיסטעריע־אָרגאָניזאַציע געטאַדלט

אין סידנעי עקזיסטירט אַ ייִדישע אָרגאָניזאַציע, װאָס פֿאַרעפֿנטלעכט נישט די נעמען פֿון אירע עקזעקוטיװ־מיטגלידער. די אָרגאָניזאַציע הײסט „אָסטרעליען דזשואיש קאָמונעל לאָבי‟. די פֿאָריקע װאָך האָט זי געזאָגט, אַז זי װעט באַצאָלן פֿאַר די אַדװאָקאַטן פֿון די אַרעסטירט געװאָרן בײַ די אַנטי־פּליטים גאַסן־פֿאַרזאַמלונגען. דאָס הײסט, נישט פֿאַר די װעלכע האָבן פּראָטעסטירט קעגן די פֿאַרזאַמלונגען, נאָר פֿאַר די, װעלכע האָבן פּראָטעסטירט קעגן די פּליטים; צװישן אַנדערע האָבן נעאָ־נאַציס אָנטיילגענומען אין די גאַסן־פֿאַרזאַמלונגען.

דערװײַל האָט דער עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום, די ייִדישע קהילה פֿון ניו־סאַוט װײלס און דער „אױסטראַליע/ישׂראל־ און ייִדישער ענינים־ראַט‟ געטאַדלט דעם „לאָבי‟ פֿאַרן דערלאָזן, אַז די פּרעסע און נישט־ייִדן זאָלן מײנען, אַז ער רעדט אין נאָמען פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון אױסטראַליע.

ביז הײַנט זײַנען די נעמען פֿון צװײ מיטגלידער פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן. דניאל האַקים איז אײנער פֿון די גרינדער פֿונעם „לאָבי‟. ער האָט געדאַרפֿט רעדן בײַ אײנער פֿון די פֿאַרזאַמלונגען, נאָר ער האָט זיך אָפּגעזאָגט דאָס צו טאָן, װײַל די פֿאַרזאַמלונג איז פֿאָרגעקומען פּסח. נאָך די פֿאַרזאַמלונגען האָט ער געמאָלדן אױף דעם „לאָביס‟ פֿײסבוק־זײַט, אַז דער „לאָבי‟ װעט באַצאָלן די לעגאַלע הוצואות פֿון די אַרעסטירטע. ער איז געצװוּנגען געװאָרן צו רעזיגנירן פֿונעם „לאָביס‟ עקזעקוטיװ־ראַט.

דער צװײטער נאָמען פֿונעם פֿאַרעפֿנטלעכער איז דער פּרעזידענט פֿונעם „לאָבי‟, דזשאַראָן טשעסטער. ער האָט שפּעטער געזאָגט, אַז דער „לאָבי‟ איז נישט פֿאַרבונדן מיט די אָרגאָניזאַטאָרן פֿון די גאַסן־פֿאַרזאַמלונגען, און אַז ער שטיצט זײ נישט אונטער. ער האָט פֿאַרזיכערט, אַז האַקימס פֿײסבוק־מעלדונג רעדט נאָר אינעם שרײַבערס אײגענעם נאָמען, און נישט אין נאָמען פֿון דער אָרגאָניזאַציע. דערנאָך האָט ער זיך אַנטשולדיקט פֿאַר די מיטגלידער פֿונעם „לאָבי‟, פֿאַר דער ייִדישער קהילה, און דער ברײטערער באַפֿעלקערונג פֿון אױסטראַליע. ער האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט איבערצוגעבן די נעמען פֿון די אַנדערע עקזעקוטיװ־מיטגלידער פֿונעם „לאָבי‟.

דער „לאָבי‟ האָט געדאַרפֿט אָפּמעקן אַ פֿײסבוק־מעלדונג פֿאַראַיאָרן, װײַל זי האָט אײַנגעשטעלט די זיכערהײט פֿון אַ לאָקאַלן ייִדן. אַ צװײטע מעלדונג איז אָפּגעמעקט געװאָרן אין חודש מאַרץ, װײַל זי האָט אַטאַקירט די אַקציעס פֿון דער לאָקאַלער קהילה.

דער „לאָבי‟ געהערט נישט צו קײן שום ייִדישער דאַך־אָרגאָניזאַציע.

רעפֿעראַטן בײַם אױסטראַלישן ייִדישן מוזעום

Facebook

דער ייִדישער מוזעום פֿון אױסטראַליע, װאָס געפֿינט זיך אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט סט. קילדאַ, האָט געמאָלדן אַ רײ נײַע קורסן, פּראָגראַמען און אױסשטעלונגען. צװישן די אױסשטעלונגען זײַנען:
„ענדי װאָרהאָלס יִידישע זשעניען‟ און „װאָרהאָל איצט‟.

די קורסן זײַנען:
„ירושלים, די פֿריסטע יאָרן‟; „פֿרױען אינעם תּלמוד‟; ,,ירושלים: אײביקער קאָנפֿליקט, אײביקע האָפֿענונג‟; „ביבלישע געשטאַלטן‟ און אַ רײַזע קײן אײראָפּע אין חורש יוני.

די פּראָגראַמען זײַנען:
אַן אָװנט מיטן קינסטלער עדע האָרטאָן; אַ פּאַנעל־דיסקוסיע מיט די קינסטלער דוד ראָזעצקי, עליזה האָטשינסאָן און דאַרען סילװעסטער; אַ רײַזע קײן באַלאַראַט (שיל, גאָלד־מוזעום און אָנדענק נאָך געװעזענע קריגס־געפֿאַנגענע); אַ פֿאָרלײענונג פֿון דער פּיעסע „ענדי װאָרהאָל 15 מינוט פֿון באַרימטהײט‟, אַון אַן אָװנט מיטן קינסטלער װעראַ מאָלער.

דרײַ גרעסערע חורבן־אָנדענק הזכּרות

דרײַ גרעסערע חורבן־אָנדענק הזכּרות װעלן פֿאָרקומען אין מעלבורן. עס װעלן אױך פֿאָרקומען קלענערע הזכּרות אין די טאָגשולן און אַנדערע ייִדישע אָרגאָניזאַציעס. די הזכּרה, װאָס װערט אָרגאָניזירט דורך דער מעלבורנער קהילה־אָרגאָניזאַציע, דעם ייִדישן קהילה־ראַט פֿון װיקטאָריע, װעט פֿאָרקומען אין אָװנט פֿון מיטװאָך דעם 15טן אַפּריל.

די הזכּרה, װאָס װערט אָרגאָניזירט דורך דער מעלבורנער בונד־אָרגאָניזאַציע און פֿון דער בונדישער יוגנט־גרופּע „סקיף‟ װעט פֿאָרקומען זונטיק דעם 19טן אַפּריל.

די הזכּרה, װאָס װערט אָרגאָניזירט פֿונעם קהילה־ראַט אױפֿן ייִדישן בית־עולם אין דער פֿאָרשטאָט קאַרלטאָן װעט אױך פֿאָרקומען זונטיק דעם 19טן אַפּריל.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.