„פֿרוי אין גאָלד‟ האָט ווייניק קינסטלערישן גלאַנץ

"Woman in Gold" Has Little Artistic Luster

אַן עפּיזאָד פֿון דעם פֿילם „פֿרוי אין גאָלד‟
אַן עפּיזאָד פֿון דעם פֿילם „פֿרוי אין גאָלד‟

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published April 14, 2015, issue of May 01, 2015.

איך ווייס, אַז אַ סך מענטשן וועלן מיט מיר ניט מסכּים זײַן, אָבער איך וויל ניט זײַן פֿאַלש, און דערפֿאַר זאָג איך דעם אמת: דער פֿילם „פֿרוי אין גאָלד‟, וואָס איז לעצטנס אַרויס אויף די עקראַנען, איז מיר ניט געפֿעלן געוואָרן. דאָס הייסט, אַז קוקן קען מען אים, דער סיפּור־המעשׂה איז אַ טשיקאַווער און באַלערנדיקער, און די אימאַזשן פֿון ווין זײַנען שיין. אָבער אין דעם לעצטן סך־הכּל האָב איך דערפֿילט אַ באַליידיקונג, ווײַל די מענטשן, וואָס האָבן געמאַכט דעם דאָזיקן פֿילם, האָבן מיך און אַלע אַנדערע אָנקוקערס געהאַלטן פֿאַר פּרימיטיווע באַשעפֿענישן, וועלכע מע דאַרף האָדעווען מיט סטערעאָטיפּן און שמאַלץ.

אָבער קודם־כּל, וועגן דעם סיפּור־המעשׂה גופֿא. די רייד גייט אין דעם פֿילם וועגן גוסטאַוו קלימטס באַרימטן פּאָרטרעט פֿון אַדעלע בלאָך־באַוער, דער רײַכער ווינער ייִדישער פֿרוי. זי אַליין, די „פֿרוי אין גאָלד‟, איז געשטאָרבן פֿון מענינגיט אין יאָר 1925, און וואָלט אַ פּנים אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן, אָבער אירע פּאָרטרעטן האָבן זי געמאַכט פֿאַר אַ וועלט־באַרימטער פּערזענלעכקייט, און אַזוי בלײַבט עס עד־היום. איצט, אַ דאַנק דעם נײַעם פֿילם, מיט העלען מירען אין דער ראָלע פֿון אַדעלע בלאָך־באַוערס פּלימעניצע מאַריע אַלטמאַן, וועלן וועגן איר זיך דערוויסן טויזנטער לײַט, וואָס האָבן פֿריִער אפֿשר קיין מאָל ניט געהערט וועגן גוסטאַוו קלימטן און קיין אַנונג ניט געהאַט וועגן דעם גורל פֿון זײַן שאַפֿונג אין די יאָרן פֿון נאַציזם.

די זאַך איז, אַז די בלאָך־באַוערס, אַדעלע און איר מאַן פֿערדינאַנד, האָבן געהאַט זייער אַ רײַכע קאָלעקציע פֿון בילדער, און דאָס האָבן, פֿאַרשטייט זיך, ניט געקענט פֿאַרזען די קונסטקענער, וועלכע האָבן געטרײַ געדינט היטלערן. זיי האָבן קאָנפֿיסקירט דאָס גאַנצע פֿאַרמעגן בײַ פֿערדינאַנד בלאָך־באַוערן, וועלכער האָט באַוויזן צו פֿאַרלאָזן עסטרײַך, נאָך איידער דאָס לאַנד איז אײַנגעשלונגען געוואָרן דורך דײַטשלאַנד אין יאָר 1938. די בילדער פֿון קלימטן, וואָס האָבן באַפּוצט בלאָך־באַוערס דירה, זײַנען אַריבער אין דער גאַלעריע פֿונעם בעלוועדער פּאַלאַץ אין ווין.

פֿערדינאַנד בלאָך־באַוער האָט נאָך דער מלחמה געפּרוּווט אויסצופֿאָדערן די בילדער, אָבער ער איז געשטאָרבן אין 1946. קיין קינדער האָט ער ניט געהאַט, אַזוי אַז זײַן פּלימעניצע מאַריע אַלטמאַן איז געוואָרן די איינציקע פֿאָרשטייערין פֿון דער משפּחה. זי האָט זיך באַזעצט אין קאַליפֿאָרניע און געהאַט דאָרטן אַן אייגן געשעפֿט. עטלעכע מאָל האָט זי געפּרוּווט אײַנשטעלן קאָנטאַקטן מיט דער עסטרײַכישער רעגירונג, כּדי צו געפֿינען אַ פּשרה, זיי זאָלן אָנערקענען, אַז די בילדער געהערן צו איר, אָבער — נאָך אַ געהעריקער קאָמפּענסאַציע — האַלטן זיי ווײַטער אין ווין. פֿון די באַמיִונגען אירע איז גאָרנישט ניט אַרויס.