„פֿרוי אין גאָלד‟ האָט ווייניק קינסטלערישן גלאַנץ

"Woman in Gold" Has Little Artistic Luster

אַן עפּיזאָד פֿון דעם פֿילם „פֿרוי אין גאָלד‟
אַן עפּיזאָד פֿון דעם פֿילם „פֿרוי אין גאָלד‟

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published April 14, 2015, issue of May 01, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער מצבֿ האָט זיך געביטן, ווען מיט דעם ענין האָט זיך פֿאַראינטערעסירט דער אַדוואָקאַט רענדאָל שענבערג, אַן אייניקל פֿון דעם קאָמפּאָזיטאָר אַרנאָלד שענבערג — אַ באַקאַנטער פֿון די בלאָך־באַוערס אין די גוטע ווינער יאָרן. רענדאָל שענבערגן, אַן אַזאַרט־שפּילער לויט זײַן נאַטור, האָט זיך אײַנגעגעבן צו דערגרייכן דעם רעזולטאַט: די בילדער זײַנען, סוף־כּל־סוף, נאָך יאָרן פֿון לעגאַלע באַטאַליעס אין עסטרײַך און אַמעריקע, אַריבער צו מאַריע אַלטמאַן.

די געשיכטע איז זייער אַ וויכטיקע צוליב, לכל־הפּחות, צוויי סיבות. קודם־כּל, יושר. דאָס אָנגעראַבעוועטע האָט זיך אומגעקערט צו די באַלעבאַטים. צווייטנס, האָט עס דערמאָנט דעם עסטרײַכישן עולם, אַז זייער לאַנד איז ניט געווען סתּם אַן אומשולדיקער קרבן פֿון נאַציזם, נאָר אַ טייל פֿון אים. אין אַ געוויסן זין, איז דער ענין פֿון קלימטס בילדער (בסך־הכּל, האָט מאַריע אַלטמאַן באַקומען פֿינף בילדער) געוואָרן אַ שטראָף פֿאַר באַטייליקן זיך אין נאַציזם בכלל און אין דעם חורבן בפֿרט.

די צרה איז, אַז די דאָזיקע געשיכטע האָט מען אין דעם נײַעם פֿילם איבערגעגעבן, ווײַזנדיק זייער פֿלאַכע, פֿונקציאָנעלע געשטאַלטן. די עסטרײַכער זײַנען פּשוט צעטיילט אויף „גוטע‟ און „שלעכטע‟, און די „גוטע‟ זײַנע טאַקע זייער גוטע, בעת די „שלעכטע‟ זײַנען זייער שלעכטע. אַפֿילו די הויפּט־העלדן, מאַריע אַלטמאַן און רענדאָל (צי רעדי) שענבערגן, זײַנען לחלוטין ניט איבערצײַגעוודיק, און די טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן האָבן, נעבעך, ניט געקענט בײַקומען די שוואַכקייט פֿונעם סצענאַר, אָנגעזעטיקט מיט סענטימענטאַלקייט. מע פֿילט גלײַך, אַז „פֿרוי אין גאָלד” האָט מען אויפֿגעבויט, נאָכמאַכנדיק דעם פֿילם „פֿילאָמענאַ‟, וואָס איז אַרויס מיט צוויי יאָר צוריק און געהאַט אַ דערפֿאָלג סײַ בײַם עולם, סײַ בײַ די קריטיקער. דאָרטן איז דאָך אויך געווען אַן עלטערע פֿרוי און אַ יונגער אַדוואָקאַט. צום באַדויערן, האָט זיך איצט באַקומען אַ שוואַכע נאָכמאַכונג. איך האָב מער הנאה געהאַט פֿון דעם דאָקומענטאַלן פֿילם אויף דער זעלבער טעמע, וואָס מע קען איצט קוקן אין אינטערנעץ: