אַן אַמעריקאַנער פּאָעטעסע און געשעפֿט־אַנאַליטיקערין, וועלכע שטאַמט פֿון דער באַרימטער ספֿרדישער רבנישער משפּחה קאַראָ, אָבער האָט נישט געוואָלט מפֿרסם זײַן איר אמתן נאָמען, האָט מיט טרערן אין די אויגן באַזוכט דעם דענקמאָל לזכר דער רציחה אין ליסאַבאָן, בעת וועלכער טויזנטער ייִדן זענען דערהרגעט געוואָרן אינעם יאָר 1506. פֿאַר איר פּערזענלעך, האָט זיך אָבער דאָס דאָזיקע טראַגישע געשעעניש פֿאַרוואַנדלט דווקא אין אַ געלעגנהייט צו באַקומען די פּאָרטוגאַלישע בירגערשאַפֿט.
אינעם יאָר 2013, האָט פּאָרטוגאַל אָנגענומען אַ געזעץ, לויט וועלכן די ספֿרדים, וועלכע שטאַמען פֿון די אַמאָליקע ייִדישע תּושבֿים פֿונעם איבערישן האַלב־אינדזל, קאָנען ווערן בירגער פֿון לאַנד, ווי אַ תּיקון פֿאַר די געפֿערלעכע רדיפֿות, פֿון וועלכע די אָרטיקע פֿאַרטריבענע ייִדן האָבן געליטן אין דער תּקופֿה פֿונעם גירוש־ספֿרד.
די פֿרוי, וועלכע האָט זיך אָנגערופֿן דניאלה קאַראָ, האָט דערקלערט, אַז זי וויל נישט אויסזאָגן איר עכטן נאָמען, ווײַל זי אַרבעט אין די מוסולמענישע לענדער פֿונעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן. זי איז זייער צופֿרידן, אַז די פּאָרטוגאַלישע רעגירונג האָט באַשלאָסן אומצוקערן די ספֿרדישע ייִדן זייער בירגערשאַפֿט. זי האָט איבערגעגעבן, אַז אירע ווײַטע אָבֿות האָבן אויך געליטן מיט אַ האַלב טויזנט יאָר צוריק פֿון די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות.
לויט די ייִדישע קהילות פֿון פּאָרטאָ און ליסאַבאָן, איז קאַראָ צווישן די ערשטע 300 מענטשן, וואָס האָבן זיך געווענדט מיט אַזאַ בקשה צו דער פּאָרטוגאַלישער רעגירונג. דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, ווען מע האָט אײַנגעפֿירט דעם נײַעם געזעץ, איז פּאָרטוגאַל געוואָרן די ערשטע מלוכה אין דער וועלט, וווּ ס׳איז פֿאַראַן אַ ספּעציעלער „חוק־השבֿות‟ פֿאַר ייִדן — לכל־הפּחות, פֿאַר אַ געוויסער ייִדישער עדה.
כּדי צו קריגן די בירגערשאַפֿט, מוזן די קאַנדידאַטן אָבער דערווײַזן, אַז זיי האָבן אַ שײַכות צו אַ ספֿרדישער קהילה און שטאַמען פֿון די ספֿרדים. אַחוץ דעם, מוזן זיי נישט האָבן קיין קרימינעלע פֿאַרגאַנגענהייט און באַשטעטיקן די דאָקומענטן פֿונעם לאַנד, וווּ זיי זענען געבוירן געוואָרן, דורך דער אָרטיקער פּאָרטוגאַלישער קאָנסולאַט. אויב זיי גיט זיך אײַן צו ווערן בירגער פֿון פּאָרטוגאַל, מוזן זיי דאָרטן נישט וווינען. דערווײַל, האָט קיינער פֿון די קאַנדידאַטן נאָך נישט באַקומען אַן ענטפֿער פֿון דער פּאָרטוגאַלישער רעגירונג.
די ייִדישע אינסטאַנצן אין פּאָרטאָ און ליסאַבאָן האָבן באַשטעטיקט דעם ספֿרדישן אָפּשטאַם פֿון בערך 200 קאַנדידאַטן. זשאָסע אולמאַן קאַרפּ, דער ליסאַבאָנער ראָש־הקהילה, האָט באַמערקט, אַז ס׳רובֿ בקשות זענען געקומען פֿון ישׂראל. אין פּאָרטאָ, זענען 55 פֿון 100 באַשטעטיקטע קאַנדידאַטן טערקישע ייִדן.
די דערמאָנטע פֿרוי, אַ געוועזענע סטודענטקע פֿונעם עדינבורגער אוניווערסיטעט, וואָס האָט ליב אַרומצופֿאָרן איבער דער וועלט, האָט באַטאָנט אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, אַז זי שטאַמט פֿון רבי יוסף קאַראָ, דער באַרימטער מחבר פֿונעם „שולחן־ערוך‟. זי האָט באַמערקט, אַז אַחוץ דער סימבאָלישער ווערט, קאָן דער פּאָרטוגאַלישער פּאַספּאָרט האָבן אַ פּראַקטישע נוץ, ווײַל מיט אַזאַ דאָקומענט באַקומט מען דאָס אויטאָמאַטישע רעכט צו אַרבעטן אין אַלע מיטגליד־לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, און זיך לערנען אין די דאָרטיקע אוניווערסיטעטן. פֿונדעסטוועגן, האָט קאַראָ באַטאָנט, אַז איר עיקר־מאָטיוו איז געווען אַ סימבאָלישער.
אַ טייל אַנדערע מענטשן האָפֿן צו ווערן בירגער פֿון פּאָרטוגאַל דווקא צוליב פּראַגמאַטישע צוועקן. דזשיימס האַרלאָו, אַ 52־יאָריקע אַמעריקאַנער טאַטע פֿון דרײַ קינדער און אַ בעל־הבית פֿון אַ קאָמפּיוטער־פֿירמע אינעם קאַליפֿאָרניער „סיליקאָן־טאָל‟, האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז ער וואָלט געקאָנט, זײַענדיק אַ פּאָרטוגאַלישער בירגער, פֿאַרברייטערן זײַן געשעפֿט אין אייראָפּע. צוויי טערקישע ייִדן האָבן געזאָגט, אַז מיט דער נײַער בירגערשאַפֿט האָפֿן זיי צו עפֿענען אַ קאָמפּיוטער־פֿירמע אין האָלאַנד.
אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, האָט די שפּאַנישע רעגירונג גוטגעהייסן אַן ענלעכן געזעץ, וואָס לייגט פֿאָר בירגערשאַפֿט פֿאַר די ספֿרדים מיט אַ סך גרינגערע תּנאָים, ווי די פּאָרטוגאַלישע ווערסיע. צוליב סיכסוכים איבער די פּרטים פֿון דער פּראָצעדור, האָט מען עס דאָרטן דערווײַל נישט אײַנגעפֿירט. דעם קומענדיקן חודש, וועט די אונטערשטע פּאַלאַטע פֿונעם שפּאַנישן פּאַרלאַמענט באַטראַכטן אַ נײַעם וואַריאַנט פֿונעם געזעץ, לויט וועלכן די קאַנדידאַטן מוזן קענען שפּאַניש. להיפּוך, לויט דער פּאָרטוגאַלישער ווערסיע, איז נישט אומבאַדינגט צו קענען פּאָרטוגאַליש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.