(די 2 טע זײַט פֿון 3)
אַניע און אַנדערע האָבן אויך באַמערקט, אַז עס איז נישט קיין צופֿאַל, אַז אַזוי פֿיל ייִדישיסטן געפֿינען זיך אויף דער קאָנפֿערענץ. נישט וואָס אַלע ייִדישיסטן זענען לינק-געשטימט לגבי ישׂראל — זיכער נישט. אָבער די ייִדן, פֿאַר וועמען מדינת-ישׂראל זעט נישט אויס צו זײַן קיין אויסלייזונג צוליב פֿאַרשיידענע סיבות, זוכן אָפֿט מאָל דורך ייִדיש אַן אַנדער צוטריט צו ייִדישקייט און צו דער ייִדישער געשיכטע און אידענטיטעט. און אויך פֿאַרקערט: די ייִדן וואָס רעדן ייִדיש פֿון דער היים, צי אינטערעסירן זיך מיט ייִדיש, זענען נישט נוטה צו אידעאַליזירן מדינת-ישׂראל, ווײַל זיי האָבן דרך-ארץ פֿאַר דער קולטור און שפּראַך, וואָס דער ציוניזם און דער העברעיִזם האָבן געפּרוּווט ממלא-מקום זײַן. לויט אַניען ווידער: „מדינת-ישׂראל און ציוניזם באַמיִען זיך צו פֿאַרבײַטן מיט זיך די ייִדישע קולטור אינעם 21סטן יאָרהונדערט, אָבער ייִדישיזם דערמאָנט אונדז, אַז די ייִדישע קולטור באָט אָן אויך אַנדערע מעגלעכקייטן.‟
מיר האָבן אויך אַרומגערעדט די מעלות פֿאַר דער JVP-אָרגאַניזאַציע גופֿא פֿון אירע ייִדישיסטישע מיטגלידער. ראשית-כּל, אין מײַן שמועס מיט חווה מאָראַלעס, האָט זי מזכּיר געווען אַ סטערעאָטיפּ וועגן JVPניקעס: אַז מיר ניצן אויס דאָס זײַן “ייִדן” לשם פּאָליטיק, נאָר מיר נעמען ניט ערנסט אָן אונדזער ייִדישקייט לשמה.
מיר ייִדישיסטן אָבער (ווי אויך אַנדערע גרופּעס אין JVP, למשל, דער ראַבינער-ראַט //palestiniantalmud.com/the-jvp-rabbinical-council/ ווײַזן אַרויס אַ קלאָרע ערנסטקייט וועגן ייִדישע ענינים, אַחוץ דער מיטל-מיזרחדיקער פּאָליטיק. והשנית: די מיטגלידער, וואָס ווילן פֿאַרשטאַרקן זייער פֿאַרבינדונג מיט ייִדישקייט (בפֿרט די אַשכּנזישע) קענען מיר אָנבאָטן פֿאַרשיידענע וועגן פֿאָרויס — דורך דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור, און בפֿרט דורך דער פּאָליטישער געשיכטע. דריטנס, מיר, וואָס אינטערעסירן זיך מיט דער אַשכּנזישער געשיכטע קענען אויך בײַטראָגן אַ וויכטיקן קוקווינקל אויף פֿאַרשיידענע שמועסן וואָס קומען פֿאָר צווישן די JVP-מיטגלידער.
למשל, מע רעדט וועגן דער ראָלע פֿון ציוניזם און דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט אינעם פֿעסטשטעלן „אַשכּנאָרמאַטיווקייט‟ [//blogs.forward.com/forward-thinking/208473/learning-to-undo-ashkenormativity/]. כאָטש „אַשכּנאָרמאַטיווקייט‟ איז אַ גרויסע צרה סײַ דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, סײַ אין מדינת-ישׂראל, פֿאַרשטייען די יונגע ייִדן, געוויינטלעך, נישט, אַז דאָס פֿאַרגלײַכן ראַסיזם (ווײַסע קעגן אַנדערע) און אַשכּנאָרמאַטיווקייט (אַשכּנזים קעגן אַנדערע מינים ייִדן) איז נישט אין גאַנצן באַרעכטיקט, צוליב סיבות, וואָס ייִדישיסטן פֿאַרשטייען אַליין און קענען דערקלערן (זעט למשל, דאָס וואָס רחל קפֿריסין האָט לעצטנס געשריבן דערוועגן) //rokhl.blogspot.com/2015/04/why-ashkenormativity-isnt-thing.html.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.