ווען איך בין מיט נײַן יאָר צוריק געווען אַ תּלמידה אין דער „רמ״ז־מיטלשול‟ — אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע פּריוואַטע שול אין מאַנהעטן, פֿלעג איך בעתן פֿרימאָרגנדיקן דאַווענען באַוווּנדערן מיט קינאה די „דיזײַנער‟-קליידלעך און בלוזקעס, וואָס מײַנע מער פֿאַרמעגלעכע מיט־תּלמידות האָבן געטראָגן.
אין רמ״ז איז געווען זייער קלאָר, ווער ס׳זענען געווען די רײַכע קינדער, ווײַל זיי פֿלעגן רעדן וועגן זייערע סקי־וואַקאַציעס, זומער־הײַזער אויף דער פּלאַזשע אין די „האַמפּטאָנס‟, און די עליטאַרע אוניווערסיטעטן, וווּ זייערע עלטערן האָבן שטודירט. אָפֿט מאָל האָבן די שול־ביבליאָטעקן און אַנדערע אָפּטיילן געטראָגן זייערע פֿאַמיליעס, צוליב אַ ברייטהאַרציקער מתּנה, וואָס זייער משפּחה האָט געשאָנקען דער שול.
נישט געקוקט אויף די בולטע אונטערשיידן צווישן די רײַכע און נישט־רײַכע, האָבן די לערער און אַדמיניסטראַטאָרן קיין מאָל נישט דערמאָנט דעם ענין — געלט. ערשט שפּעטער, אין קאָלעדזש, האָב איך פֿאַרשטאַנען ווי ווייניק אַמעריקאַנער האָבן טאַקע גענאָסן פֿון אַזוינע לוקסוסן.
פֿאַראַיאָרן, האָב איך אָנגעהויבן אַרבעטן בײַ „מעין‟ — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט די מיידלעך פֿאָרשן זייער אידענטיטעט ווי ייִדן און ווי פֿרויען. זיצנדיק בײַ די דיסקוסיעס, האָב איך באַמערקט, אַז אַ סך פֿון די מיידלעך לערנען זיך אין ייִדישע אָדער פּריוואַטע מיטלשולן מיט זייער אַ הויכן שׂכר־לימוד. איין פּראַקטיקאַנטקע, מאַיאַ רובין, האָט דערקלערט:
„איך לערן זיך אין אַ פּריוואַטער שול אין מאַנהעטן, וווּ אַ סך פֿון די קינדער באָדן זיך אין געלט, אָבער אַ סך אַנדערע פֿאַרלאָזן זיך אויף פֿינאַנציעלער שטיצע. די רײַכערע קינדער חבֿרן זיך אין איין גרופּע, און די קינדער וואָס קריגן פֿינאַנציעלע שטיצע — אין אַ צווייטער גרופּע. שוין אינעם זעקסטן קלאַס, האָט מען געזען דעם שפּאַלט. אָבער ווי אַזוי האָבן יענע 11־יאָריקע קינדער שוין געוווּסט ווער ס׳האָט געלט, און ווער נישט?‟
די שאלה פֿון דער תּלמידה האָט אַרויסגערופֿן בײַ מיר ענלעכע קשיות: אויב אַזוינע געפֿילן זענען טאַקע אַזוי פֿאַרשפּרייט, פֿאַר וואָס רעדט מען נישט וועגן דעם אין די קלאַסן? די „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט לעצטנס געשריבן וועגן עטלעכע נײַע איניציאַטיוון אין די עליטאַרע ניו־יאָרקער מיטלשולן, וווּ מע דיסקוטירט דעם קלאַסן־ריס צווישן די ווײַסע און שוואַרצע תּלמידים. האַלט איך, ס׳וואָלט אונדז אויך נישט געשאַט אַרומצורעדן די פֿראַגעס פֿון מאַכט און פּריווילעגיע אין דער ניו־יאָרקער ייִדישער געזעלשאַפֿט.
די טעמעס געלט און כּוח זענען אַ טאַבו אין דער אַמעריקאַנער קולטור, בפֿרט בײַ ייִדן. אַ סך פֿון אונדז האָבן מורא, אַז אַזאַ טעמע — ייִדיש עשירות אין אַמעריקע — קאָן פֿאַרשטאַרקן דעם אור־אַלטן סטערעאָטיפּ פֿון ייִדן, וואָס ניצן אויס זייער כּוח צו עקספּלואַטירן אַנדערע. די רעזולטאַטן פֿון אַ „פּיו‟־שטודיע פֿון 2013 האָט באַשטעטיקט וואָס אַ סך פֿון אונדז האָבן שטילערהייט געוווּסט: די אַמעריקאַנער ייִדן זענען, צום גרויסן טייל, הויך־געבילדעט און רײַך. אַ פֿערטל אַמעריקאַנער ייִדישע משפּחות פֿאַרדינען מער ווי $150,000 אַ יאָר. אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן, באַטרעפֿן די ייִדן דווקא אַ קליינעם פּראָצענט פֿון דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער עשירות. פֿון דעסטוועגן, גלייבט מען טאַקע אין די אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן און דערפֿאַר קומט אונדז אָן שווער צו רעדן וועגן געלט און די פּריווילעגיעס פֿונעם העכערן קלאַס. אפֿשר זאָל מען טאַקע אָנהייבן דעם שמועס פֿון אַזאַ טעמע — קלאַס־פּריווילעגיעס און אַנטיסעמיטיזם.
די ייִדישע מיטלשול איז אַ פּאַסיק אָרט פֿאַר אַזאַ שמועס. ס׳רובֿ פֿון די גראַדואַנטן פֿון ייִדישע טאָגשולן שטודירן שפּעטער אין סעקולערע אוניווערסיטעטן, וווּ זיי דאַרפֿן פֿון ס׳נײַ אויסאַרבעטן זייער ייִדישע אידענטיטעט אינעם קאָנטעקסט פֿון אַ נײַער, פֿאַרשידנאַרטיקער געזעלשאַפֿט. מיר קענען העלפֿן יענע יונגע לײַט צו אַנאַליזירן דעם שפּאַלט צווישן די רײַכע און די נישט־רײַכע, לאַנג איידער זיי פֿאָרן אַוועק אין קאָלעדזש; דעמאָלט, ווען זיי הייבן ערשט אָן שטעלן פֿראַגעס וועגן דער וועלט אַרום זיי, און צו קלערן וואָס פֿאַר אַ ראָלע זיי וועלן אַמאָל שפּילן אין איר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.