אַזוי ווי אַ סך אַנדערע דײַטשן, פֿון זײַן דור, איז דער שרײַבער, פּאָעט און דראַמאַטורג גינטער גראַס, אַ לאַורעאַט פֿון אַ נאָבעל־פּרעמיע אין ליטעראַטור, וועלכער איז געשטאָרבן בײַ 87 יאָר דעם 13טן אַפּריל, געווען אין קאָמפּליצירטע באַציִונגען מיט ייִדן און מדינת־ישׂראל.
גראַס, איינער פֿון די גרעסטע הײַנטצײַטיקע דײַטשישע שרײַבער, האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסע מהומה אינעם יאָר 2006, ווען ער האָט זיך מודה געווען, אַז במשך פֿון די לעצטע חדשים פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער געדינט אינעם טרויעריק באַרימטן „וואַפֿען עס־עס‟ — דער אָפּטייל פֿון דער נאַצי-אַרמיי, וועלכער האָט געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן גענאָציד פֿון ייִדן און אַנדערע שרעקלעכסטע בלוטיקע פֿאַרברעכנס.
אינעם יאָר 1967, האָט די ייִט״אַ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל, לויט וועלכן גראַס איז געווען באַקאַנט במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה ווי אַ „באַוווּסטער אַנטי־נאַציסט‟, וועלכער האָט זיך קיינמאָל נישט באַטייליקט אין קיין מיליטערישע אַקציעס. במשך פֿון אַ סך יאָר, האָט דער שרײַבער כּסדר קריטיקירט די, וואָס האָבן אויסבאַהאַלטן זייערע פֿאַרבינדונגען מיט די נאַציס אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, דערפֿאַר האָט זײַן פּלוצעמדיקער אָנזאָג געקלונגען באַזונדערס איבערראַשנדיק. זײַנע פֿאַרטיידיקער האָבן באַמערקט, אַז די נאַצי־אינסטאַנצן האָבן געצוווּנגען גראַס צו דינען אינעם מיליטער, ווען דײַטשלאַנד האָט שוין געהאַלטן בײַם פֿאַרשפּילן די מלחמה.
אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן, איז גראַס נישט איינמאָל אויפֿגעטראָטן אין זײַנע פּאָעטישע ווערק מיט שאַרפֿע ווערטער קעגן דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק. אין 2012, האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ליד מיטן נאָמען „אַ העלד אין אונדזער צײַט‟, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ לויבגעזאַנג צו מרדכי וואַנונו — דער ישׂראלי, וועלכער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן אינעם יאָר 1988 ווי אַ פֿאַררעטער פֿאַרן אַנטפּלעקן די סודות וועגן דעם ישׂראלדיקן נוקלעאַרן אַרסענאַל. אין אַן אַנדער ליד, האָט גראַס אָנגעשריבן, אַז ישׂראל שטעלט די וועלט אין אַ סכּנה צוליב דער אַגרעסיווער פּאָליטיק לגבי איראַן. ער האָט אויך פֿאַרדאַמט די דײַטשישע קאַנצלערין, אַנגעלאַ מערקעל, פֿאַרן פֿאַרקויפֿן מלוכיש־סובסידירטע אונטערוואַסער־שיפֿן צו ישׂראל.
צוליב זײַנע קאָנטראָווערסאַלע קריטישע לידער, האָט די ייִדישע קהילה פֿון דאַנציק, וווּ גראַס איז געבוירן געוואָרן און וווּ ייִדן האָבן געוווינט במשך פֿון מער ווי טויזנט יאָר, נישט אַרײַנגעלאָזט דעם שרײַבער אין דער אָרטיקער שיל. דער שרײַבער איז דעמאָלט געווען 85 יאָר אַלט. די קהילה־פֿאָרשטייער האָבן באַמערקט, אַז מיט 5 יאָר פֿריִער האָט גראַס שוין אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין דער דאָזיקער שיל, אָבער ווידער ווילן אים די ייִדן דאָרטן נישט זען.
במשך פֿון זײַן לעבן, האָט גראַס, אַזוי ווי אַ סך אייראָפּעער, שטאַרק געביטן זײַנע פּאָזיציעס וועגן ישׂראל. נאָך דער מלחמה, ווען דער אָנדענק פֿונעם ייִדישן חורבן איז נאָך געווען פֿריש, האָט ער דווקא געשטיצט די ייִדישע מדינה ווי אַ מקום־מיקלט פֿאַר די ייִדן. אינעם יאָר 1975 איז ער געווען צווישן די 23 פּראָמינענטע מחברים, קינסטלער, וויסנשאַפֿטלער און קולטור־טוער, וועלכע האָבן פּראָטעסטירט קעגן די אַנטי־ישׂראלדיקע פּאָזיציעס פֿון „אונעסקאָ‟. אין מאַרץ 1967, מיט עטלעכע חדשים פֿאַר דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, האָט גראַס באַזוכט ישׂראל און זיך געטראָפֿן דאָרטן מיטן פּרעזידענט זלמן שז״ר און דעם פּרעמיער־מיניסטער לוי אשכּול.
שפּעטער אָבער, איז גראַס געוואָרן אַ שאַרפֿער קריטיקער פֿון דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע פֿון די פּאַלעסטינער שטחים און די ייִשובֿים. זײַן נאָבעל־פּרעמיע האָט דער שרײַבער געוווּנען אין 1999. מיט צוויי יאָר שפּעטער, האָט ער געטענהט, אַז ישׂראל איז שולדיק אין כּלערליי פֿאַרברעכנס, וואָס זענען גורם די אומרוען אינעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.