דאָס „ווײַסע הויז‟ האָט דינסטיק געמאָלדן, אַז פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ איז גרייט אונטערצושרײַבן די פּשרה, וואָס דער אַמעריקאַנער סענאַט שטעלט איצט צונויף אין שײַכות מיט דעם געזעץ וועגן דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם.
די פֿירער פֿונעם „קאָמיטעט פֿון אויסלענדישע באַציִונגען‟ בײַם סענאַט האָבן דינסטיק דערגרייכט אַ הסכּם אין שײַכות מיט געוויסע ענדערונגען פֿון דער לעגיסלאַציע, וואָס וואָלטן דערמעגלעכט דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס צו שטימען וועגן דעם אינטערנאַציאָנאַלן אָפּמאַך. זיי האָבן אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג, אַז די פּשרה וועט צוציִען אַ ממשותדיקע שטיצע פֿון ביידע פּאַרטייען.
דער פֿאָרזיצער פֿונעם קאָמיטעט, באָב קאָרקער, און דער העכסט־ראַנגיקער דעמאָקראַט אויפֿן פּאַנעל, סענאַטאָר בען קאַרדין, האָבן דערקלערט, אַז זיי האָבן געביטן דעם טעקסט אויף אַן אופֿן, וואָס זיי האָפֿן וועט צוציִען גענוג שטיצע, כּדי בײַצוקומען אַ מעגלעכן וועטאָ פֿונעם פּרעזידענט.
לויט די ענדערונגען, וועט מען באַגרענעצן די צײַט, וואָס דער קאָנגרעס וועט האָבן צו שטודירן דעם לעצט־גילטיקן נוקלעאַרן אָפּמאַך, און מע וועט אויך אָפּשוואַכן די פֿאָדערונג, אַז אָבאַמאַ מוז פֿאַרזיכערן, אַז איראַן שטיצט נישט קיין טעראָריסטישע אַקציעס קעגן די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָדער קעגן אַמעריקאַנער בירגער אין אויסלאַנד.
דאָס „ווײַסע הויז‟ האָט ביז איצט געוואָרנט, אַז אָבאַמאַ וועט וועטאָיִרן די לעגיסלאַציע, אויב עס פֿאַרנעמט זיך נישט מיט יענע ענינים, וואָס אָבאַמאַ האַלט פֿאַר „פּראָבלעמאַטיש‟. דער פּרעסע־סעקרעטאַר דזשאָש ערנעסט האָט אָבער געזאָגט, אַז דער קאָמפּראָמיס, וואָס ווערט איצט אויסגעאַרבעט אויף „קאַפּיטאָל היל‟, לייזט אַ סך פֿון יענע זאָרגן, און אַז אָבאַמאַ וועט זײַן גרייט עס אונטערצושרײַבן.
דער קאָמיטעט פֿון 10 רעפּובליקאַנער און 9 דעמאָקראַטן וועט איצט איבערשיקן דעם געזעץ־פּראָיעקט צום גאַנצן סענאַט אויף אַן אָפּשטימונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.