42% דײַטשן זענען מיד פֿון הערן וועגן נאַצי־געשיכטע

42% Germans Want to Hear Less of Nazi Past

אַ ייִנגל שפּרינגט איבערן „דענקמאָל לזכּרון די דערמאָרדעטע אייראָפּעיִשע ייִדן‟ אין בערלין
Getty Images
אַ ייִנגל שפּרינגט איבערן „דענקמאָל לזכּרון די דערמאָרדעטע אייראָפּעיִשע ייִדן‟ אין בערלין

פֿון „רויטערס‟

Published April 16, 2015, issue of May 01, 2015.

70 יאָר נאָכן סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, זאָגן בערך 42% פֿון די דײַטשן, אַז מע גיט זיך צו פֿיל אָפּ מיט דער נאַציסטישער געשיכטע פֿונעם לאַנד, האָט אַן אַנקעטע אָנגעוויזן מיטוואָך.

דעם 15טן אַפּריל — אינעם זעלבן טאָג, וואָס די לעבן געבליבענע פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער בערגען־בעלזען האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אָפּצומערקן דעם יאָרטאָג פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון לאַגער — האָט אַ „פֿאָרסאַ‟־אַנקעטע באַוויזן, אַז בלויז 58% דײַטשן האַלטן, אַז מע זאָל רעדן אַזוי פֿיל וועגן דער געשיכטע פֿון דער מלחמה.

צוליב דעם וואָס אין מײַ וועט ווערן 70 יאָר זינט דעם סוף פֿון דער מלחמה, זענען די דײַטשישע טעלעוויזיע־קאַנאַלן פֿול מיט דראַמעס און דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן יענער עפּאָכע, און די צײַטונגען ווידמען גאַנצע אָפּטיילן דער טעמע.

מיטוואָך, למשל, האָט די פּאָפּולערע צײַטונג „בילד‟ אָפּגעדרוקט אַ ריי פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון מינכן אין פֿלאַמען, פֿון דער באָמבאַרדירטער שטאָט קעלן, און בילדער פֿון ברענענדיקע קערפּערס אין דרעזדען.

„דאָס פֿאָלק פֿילט, אַז מע ווײַזט צו פֿיל וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט, וועגן די גרוילן, וועגן דער באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ, און אַזוי ווײַטער, און מענטשן זאָגן, אַז זיי פֿילן זיך ממש פֿאַרפֿלייצט פֿון דעם,‟ האָט דער הויפּט פֿון „פֿאָרסאַ‟, מאַנפֿרעד געלנער, געזאָגט „רויטערס‟.

במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר זאָגן אַלץ מער דײַטשן, אַז זיי האַלטן זיך אַליין פֿאַר קרבנות פֿון דער מלחמה, וואָס דײַטשלאַנד האָט אָנגעהויבן. אין דער זעלבער צײַט ווײַזן זיי אָבער אויך אַרויס אַן אַמביוואַלענץ וועגן דער הײַנטיקער דײַטשישער מאַכט. הגם געוויסע געזעצגעבער ווילן, למשל, אַז דײַטשלאַנד זאָל הײַנט שפּילן אַ מער אַקטיווע ראָלע אין דער וועלט צוליב איר גרויסן פֿינאַנציעלן כּוח, האָבן בלויז 16% פֿון די באַטייליקטע אין דער „פֿאָרסאַ‟־אַנקעטע געזאָגט, אַז זייער לאַנד זאָל אָננעמען אַ פֿירנדיקע אינטערנאַציאָנאַלע ראָלע.