לויט אַ נײַער „גאַלאָפּ‟־אַנקעטע, איז די שטיצע פֿאַרן אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן געפֿאַלן פֿון 61% ביז 50% זינט דעם אָנהייב פֿון יאָר 2015.
די אַנקעטע־רעזולטאַטן זענען דערגרייכט געוואָרן אויפֿן סמך פֿון אינטערוויוען מיט 1,022 אַמעריקאַנער, וועלכע אידענטיפֿיצירן זיך ווי ייִדן. די באַטייליקטע האָט מען אויסגעפֿרעגט יעדן טאָג פֿון יאַנואַר ביז סוף־מאַרץ. אין יאַנואַר האָבן 61% געלויבט אָבאַמאַ; אין פֿעברואַר — 52%, און אין מאַרץ — 50%.
בײַ די אַמעריקאַנער אין אַלגעמיין, זענען בלויז 46% צופֿרידן מיט אָבאַמאַס אַרבעט, האָט די אַנקעטע אָנגעוויזן.
בײַ די ייִדן, וואָס האָבן געזאָגט, אַז זיי גייען יעדן שבת אין אַ סינאַגאָגע (16% פֿון אַלע באַטייליקטע), איז די שטיצע פֿאַר אָבאַמאַ אַ סך נידעריקער — 34%. די אַנקעטע האָט אויך אַנטדעקט אַן אונטערשייד צווישן די הויך־געבילדעטע אַמעריקאַנער ייִדן און די וואָס האָבן ווייניקער בילדונג. בײַ די ייִדן, וועלכע האָבן שטודירט אין אַ גראַדויִר־שול, האָבן 62% געלויבט אָבאַמאַס אַרבעט, בעת בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס האָבן בלויז אַ מיטלשול־דיפּלאָם, שטיצן אים בלויז 39%.
צווישן פֿרויען און מאַנסבילן האָט מען אויך געזען אַ חילוק. 59% פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע פֿרויען האָבן געזאָגט, אַז זיי האַלטן פֿון אָבאַמאַן, אָבער בלויז 48% פֿון די ייִדישע מענער האָבן אַזוי געזאָגט.
די באַציִונגען צווישן די ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציעס איז במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע עטלעכע וואָכן געווען גאָר אָנגעשטרענגט, צוליב דער מחלוקת איבער דער רעדע, וואָס דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט אָפּגעהאַלטן פֿאַרן אַמעריקאַנער קאָנגרעס אין מאַרץ, ווי אויך צוליב אָבאַמאַס עפֿנטלעכער קריטיק פֿון נתניהוס קאַמפּאַניע־רעטאָריק וועגן די אַראַבישע וויילער און זײַן גלײַכגילט צום פּלאַן צו שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מדינה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.