ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

ד״ר פֿעדעריקאָ פּראַדאַ (רעכטס) און עדואַרדאָ סאַענז דע קאַבעזאָן
ד״ר פֿעדעריקאָ פּראַדאַ (רעכטס) און עדואַרדאָ סאַענז דע קאַבעזאָן

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published April 16, 2015, issue of May 15, 2015.

אַ לעקציע וועגן ברוך שפּינאָזאַ אין דער „נײַער געמיינדע־עמנואל‟

דינסטיק, דעם 14טן אַפּריל האָט ד״ר סילװיאַ לעף געהאַלטן איר לעקציע װעגן ברוך שפּינאָזאַ אין דער „נײַער געמיינדע־עמנואל‟ פֿון דער רעפֿאָרם־באַװעגונג. אין איר לעקציע האָט זי רעפֿערירט וועגן שפּינאָזאַס עטיק, די תּרי״ג מיצוות, זײַן אַני־מאמין און זײַן אָרט צװישן דעקאַרט און לײַבניץ אין דער פֿילאָזאָפֿיע, און זײַן השפּעה אויף פֿרויד און לאַקאַן. איר טעזע איז געװען „גליקזעליקייט דערגרייכט מען דורך רעספּעקטירן דאָס געזעץ, און דער פֿרײַער הומאַניזם איז איר פּראַקטיק‟. דער עולם האָט שפּעטער געשטעלט פֿראַגעס, װאָס האָבן אויפֿגעקלערט די שװערע אַספּעקטן פֿון דער לעקציע.


אַן אָוונט פֿון „פֿרײַנד פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט‟

די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט אָנגעהויבן אַ ציקל לעקציעס פֿאַר אוניװערסיטעט־סטודענטן אין אַ באַרימטן סושי־באַר פֿון דער שטאָט. די ערשטע טרעפֿונג איז פֿאָרגעקומען מיטװאָך, דעם 15טן אַפּריל, און דער עולם האָט געשמועסט און געשטעלט פֿראַגעס די צװיי פֿאָרשערס. דער ערשטער איז געװען עדואַרדאָ סאַענז דע קאַבעזאָן, אַ שפּאַנישער װיסנשאַפֿטלער און הומאָריסט, װאָס איז דער גרינדער פֿונעם „װיסנשאַפֿטלעכן סטאַנד־אַפּ‟. זײַן טעמע איז געװען „נעמט אַרײַן אַ מאַטעמאַטיקער אין אײַער לעבן‟. דער צװייטער לעקטאָר איז געװען ד״ר פֿעדעריקאָ פּראַדאַ, אַן עקספּערט אין ביאָטעכנאָלאָגיע און ביאָ־אינפֿאָרמאַטיק, װאָס האָט רעפֿערירט אויף דער טעמע „טעכנאָלאָגיע און געזונט‟. דער עולם, אין עלטער פֿון 25־35 יאָר, האָט געשטעלט פֿראַגעס און פֿאַרבראַכט ביז שפּעט בײַנאַכט אויף דער אַקטיװיטעט, װאָס די קהילה האָט אָרגאַניזירט צוזאַמען מיט די „פֿרײַנד פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט‟.


מאָנטעװידעאָ: אין אָנדענק פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ

די קהילה אין מאָנטעװידעאָ האָט דערמאָנט מיטװאָך דעם 15טן אַפּריל דעם אויפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ. דער אָװנט, אונטער דעם לאָזונג „װייטיק און האָפֿענונג‟, האָט דערמאָנט אויך די 70 יאָר פֿון דער באַפֿרײַונג און דעם סוף פֿונעם קריג. צו דער געלעגנהײט האָט די רוסישע אַמבאַסאַדע צוגעגרייט אַ ספּעציעלע אויסשטעלונג װעגן דעם „נצחון אויף דער פֿאַשיסטישער דײַטשלאַנד אין דער פֿאָטערלענדישער מלחמה 1941־1945‟.

אין בוענאָס־אײַרעס װעט דער צענטראַלער אַקט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 21סטן אַפּריל.


אַ נײַע שטודיע, איניציִיִרט פֿון „דאַיאַ‟

מיט דער שטיצע פֿון דער „דאַיאַ‟ האָט אַ פֿאָרשונג-אינסטיטוט, װאָס ספּעציאַליזירט זיך אין מאָלעקולאַרער פֿאָרשונג אין אָנקאָלאָגישער גענעטיק, אָנגעהויבן אַ שטודיע אויף צװיי גענעטישע פֿאַקטאָרן (ברצא1 און ברצא2) צװישן דער אַשכּנזישער באַפֿעלקערונג. אָנפֿירן מיט דער אַרבעט װעט ד״ר ריקאַרדאָ קירטשוק, אַ װעלט־באַרימטער אָנקאָלאָג, װאָס װעט פֿאָרשן די ענדערונגען אין די פֿאַקטאָרן. דאָס װעט זײַן אַ מיטל צו פֿאַרהיטן אייניקע פֿאָרמען פֿון קאַנסער.

דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, װאָס אַזאַ אַקציע װערט אָנגעהויבן אין לאַטײַן־אַמעריקע.


פּערו: אַן אומגליקפֿאַל מיט אַ ישׂראל־יונגנמאַן

אַ ישׂאלדיקער 24־יאָריקער יוגנטלעכער איז אומגעקומען אין אַן אַקצידענט, װען ער האָט זיך אַראָפּגעלאָזט מיט אַ קאַבל פֿון די רויִנען אין מאַטשו פּיטשו, פּערו. דער בחור האָט געהאַט פֿאַרענדיקט זײַן מיליטער־דינסט און איז אַרומגעפֿאָרן איבער דרום־אַמעריקע די לעצטע 3 חדשים. די פּאָליציי פֿאָרשט דעם ענין, װײַל עס זײַנען פֿאַראַן חשדים. זײַנע פֿרײַנד האָבן זיך שוין אומגעקערט אַהיים.


דער ענין פֿון פּראָקוראָר ניסמאַן: קיין שום אַוואַנסירונג

װיװיאַנאַ פֿיין, די פּראָקוראָרין װאָס פֿאָרשט דעם טויט פֿון אַלבערטאָ ניסמאַן, האָט דערקלערט, אַז זײַן געװעזענע פֿרוי, די ריכטערין אַראָזשאָ סאַלגאַדאָ, װאָס רעפּרעזענטירט אירע טעכטער, שטערט כּסדר און לאָזט נישט אַװאַנסירן אין איר אַרבעט. דערקעגן, האַלט אַראָזשאָ סאַלגאַדאָ, אַז מען דאַרף זי באַזײַטיקן, װײַל זי טוט ניט איר אַרבעט װי עס באַדאַרף צו זײַן. די קומענדיקע טעג װעט די קאַמער באַשטימען צי מען װעט זי באַזײַטיקן אָדער נישט. דער פּרעזידענט פֿון העכסטן געריכט האָט רעקאָמענדירט שנעלערע שריט אויסצופֿאָרשן דעם ענין, כּדי מען זאָל געװויר װערן װאָס גיכער, װאָס איז באמת געשען, ווײַל װאָס מערער צײַט גייט אַריבער, אַלץ שװערער װעט זײַן צוצוקומען צו אויספֿירן.

אָנפֿאַרטרויערלעכע קװאַלן האָבן פּובליקירט, אַז ניסמאַן האָט איבערגעגעבן פֿאַר זײַן טויט אַ דיגיטאַלן אַרכיװ זײַן מאַמען און זײַן שװעסטער מיט אינפֿאָרמאַציעס װעגן זײַנע פֿאָרשונגען װעגן אַטענטאַט אויף דער קהילה און די אונטערהאַנדלונגען צװישן אַרגענטינע און איראַן. מען האָט אינפֿאָרמירט, אַז די משפּחה האָט זיך באַראָטן מיט אַ באַרימטן אַדװאָקאַט װעגן דער פֿאָרעם באַקאַנט צו מאַכן די אַרכיװן. מען מיינט, אַז דאָס קען געשען, װען דער אַלגעמיינער פּראָקוראָר מאָלדעס װעט ממשיך זײַן מיט דער אָנקלאַגע אויף דער אַרגענטינער פּרעזידענטין, איר אויסערן־מיניסטער, טימערמאַן, און אַנדערע באַאַמטע; כאָטש די רעגירונג האָט אָנגעװאָנדן אַלע מיטלען, כּדי די אָנקלאַגע זאָל נישט אַװאַנסירן.

ניסמאַן איז געשטאָרבן און דער אמת גוססט.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.