ווען אַ טעמע צינדט אָן אַ לעמפּעלע אין מײַן געדעכעניש, פֿאַרשרײַב איך זי מאָמענטאַל. גייט אַוועק אַ שטיקל צײַט און איך זוך די טעמע אַרום אין די געוועבן פֿון מײַן זכּרון; אָבער גיי ווייס, וווּ איך האָב עס אַהינגעטאָן. די טעג, נעם איך זיך צו דעם באַרג פּאַפּירן און געפֿין גאַנצע אוצרות.
גיי ווייס, אין וועלכן שטעטל איז געבוירן געוואָרן דאָס ייִדישע קינד, וואָס מ‘האָט עס אַ נאָמען געגעבן, „משיח‟. כ’האָב שוין אויסגעזוכט אַ וועלט מיט אַקאַדעמישע זשורנאַלן, דער עיקר, אין די אויסגאַבעס פֿון דער „ייִדישער שפּראַך‟, און נישט געפֿונען. דערווײַל, האָב איך זיך דערמאָנט אינעם פֿאַל, וואָס יצחק באַשעוויס־זינגער האָט דערציילט. ווען זײַן מאַמע בת־שבֿע האָט געבוירן איטשעלען, אים טאַקע, האָט זייער פּוילישע דינסט אים גערופֿן „יעיזוסל‟; אפֿשר דעמאָלט האָב איך זיך אָנגעשטויסן אינעם קינד, וואָס מען האָט גערופֿן „משיחל‟.
איטשעלע באַשעוויס-זינגער שילדערט זײַן געבוירן ווערן מיט אַ בלאָנדן קאָפּ געלאָקטע האָר, ער האָט ממש פֿאַרבלענדט די אויגן פֿון דער פּוילישער דינסט מיט זײַן שיינקייט. אָבער וווּ איך האָב גענומען דאָס „משיחל‟, הייב איך נישט אָן צו וויסן. ייִדן האָבן אין די אַמאָליקע דערפֿלעך און שטעטלעך, גערופֿן נײַ געבוירענע ייִנגעלעך, קדישל, מלאכל, אוצרל, און אפֿשר משיחל אויך, און געהאַט דערבײַ גוטע כּוונות, אפֿשר איז דאָס געווען אַ מיטל.
פֿאַראַן מאָמענטן, ווען אַ שרײַבער ווערט אַזוי צוגעבונדן צו זײַנס אַ העלד, אַז ער הייבט נישט אָן צו וויסן ווי אַזוי פּטור צו ווערן פֿון אים. ער קען אים, למשל, אויפֿהענגען אויף אַ צוקער־שנירל ער זאָל האָבן אַ זיסן טויט; ער קען אים פֿאַרסמען אָדער דערטרינקען; ער קען אָפּקויפֿן עמעצן וואָס זאָל אים דערשיסן, אָבער דאָס איז אַלץ ברוטאַל, און אונדזערע ייִדישע שרײַבער זײַנען ווײַט געווען פֿון אַכזריות. האָט ער געקענט מיט אים ענדיקן אויף אַן איידעלען אופֿן — אײַנוויקלען אים אין אַן אומגליקלעכער ליבע, ביז דער העלד אָדער העלדין באַשליסט צו מאַכן אַ סוף צום לעבן.
איך פֿאַרמאָג דאָ אַ פֿרײַנדינע, וואָס שרײַבט אַ ראָמאָן וועגן דער ערשטער פּויפּסטין אין וואַטיקאַן. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב איר צוגעשטעלט די טעמע. דאָס האָט באמת פּאַסירט אין מיטל־אַלטער, און קיינער הייבט נישט אָן צו וויסן וועגן דער קריסטלעכער פֿרויענצימער, וועלכע האָט פֿאַרמאָגט אַ געניאַלן קאָפּ צום לערנען. די צרה איז געווען וואָס זי איז געווען אַ מיידל, האָט זי זיך איבערגעטאָן אין מענערישע קליידער, שטודירט אין די קאַטוילישע אַקאַדעמיעס ביז זי איז צוגעקומען צו דער פּויפּסטערשאַפֿט. איך גלייב, אַז יצחק באַשעוויס־זינגער האָט געבויט זײַן „יענטל‟ סײַ אויף יענער פּויפּסטין און סײַ אויף זײַן שטאַרק פֿרומער באָבען, וועלכע פֿלעגט לייגן תּפֿילין, טראָגן אַ טלית־קטן און פּרובירט אָפּהיטן די תרי”ג־מיצוות.
איך אָבער, האָב באַזירט די געשיכטע אויף די שריפֿטן פֿונעם ריזשינער רבין, וועלכער האָט אַמאָל דערציילט די געשיכטע וועגן אַ ייִדן, וועלכער איז געקומען בעטן סײַ בײַם ריזשינער רבין און סײַ בײַם טשערנאָבילער אַ ברכה פֿאַר זײַן ווײַב, וואָס איז געגאַנגען שווער צו קינד.
מײַן פֿרײַנדינע דזשודי, וועלכע קען זיך ווייניק וואָס אויס אין די רבנישע תּורות און מדרשים, איז געוואָרן אַזוי אַנטציקט פֿון דער מעשׂה, אַז זי שרײַבט איצט אַ לאַנגן ראָמאַן. זי האָט אויסגעפֿאָרשט די גריכישע גײַסטלעכע ליטעראַטור, די רוימישע, און דערגאַנגען, אַז אין מיטל־אַלטער האָט טאַקע אַזאַ מעשׂה פּאַסירט. זי איז דערגאַנגען, אַז די קריסטלעכע מויד איז נישט געווען אַליין אין אירע וואַנדערונגען פֿון דײַטשלאַנד קיין גריכנלאַנד ביז איטאַליע; זי האָט געהאַט אַ מיטוואַנדערער פֿון די טיוטאַנישע מקומות, די צרה איז געווען, אַז זי האָט בשום־אופֿן נישט געקענט פּטור ווערן פֿונעם פּאַרשוין, וואָס האָט זיך איר נאָכגעשלעפּט אין מײַן חבֿרטעס ראָמאַן. פֿרעגט זי מיך:
„וואָס זאָל איך טאָן מיט אים? איך מוז פֿון אים פּטור ווערן… זאָל ער אומקומען פֿון אַ מגפֿה? זאָל ער פּלוצעם קריגן אַ האַרץ־שלאַק? וואָס זאָגסטו?‟
זאָג איך איר:
„הער מיך אויס טײַערינקע, איך האָב אַ בעסערן אײַנפֿאַל. אַ סך פֿון די גײַסטלעכע אין יענע צײַטן זײַנען באמת געווען פֿאַרהוילענע ייִדן. זאָל ער דיר דערציילן בעסער פֿאַר זײַן גסיסה פֿון וואַנען ער שטאַמט, און איר ביידע זאָלט באַוויינען זײַן טרויעריקן גורל…‟
דזשודי איז אָבער נישט באַקאַנט מיט ייִדישקייט, גייט איר ראָמאַן אויף גוייִשע וועגן, און אַלץ וואָס ס’גייט איר אין לעבן, איז ווי אַזוי צו טייטן איר העלד.
דער ריזשינער האָט דערווײַל פֿאַרענדיקט די מעשׂה וועגן דער מויד, וואָס איז געוואָרן פּויפּסט פֿון רוים, און ווי עס מאַכט זיך, פֿלעגט די פּויפּסטיכע אַרומשלײַדערן זיך אין די נעכט איבער די גאַסן פֿון רוים, ווי די גוייִשע גײַסטלעכע פֿלעגן עס טאָן. איז די פּויפּסטין פֿאַרגאַנגען דערווײַל אין טראָגן, און בעת זי איז געשטאַנען אויפֿן באַלקאָן אין אירע גראַנדיעזע פֿאַלדן פֿונעם ברייטן פּויפּסטלעכן ראָק און דערלאַנגט איר פּויפּסטלעכע דרשה, האָט זי פּלוצעם אָנגעהויבן גיין צו קינד און האָט געבוירן אַ ייִנגעלע. ווען דער ריזשינער האָט פֿאַרענדיקט, אָט די אויסטערלישע מעשׂה, איז שוין דער באַזאָרגטער ייִד געוואָרן אַ טאַטע פֿון אַ ייִנגעלע און מ’האָט אים געוווּנטשן מזל־טובֿ!
פֿון דער אויסטערלישע מעשׂה, וואָס איך האָב זיך דערוווּסט פֿון דעם טשערנאָבילער רבין, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז אַ סך פֿון אונדזערע רביים און רבנים זײַנען געווען בעסערע פּסיכיאַטאָרן ווי די הײַנטיקע חבֿרה טעראַפּיסטן…
עס ווערט דערציילט, אַז ר’ מאָטעלע טשערנאָבילער איז געווען אַן אמתער רופֿא־חולים. ער האָט נישט נאָר געגעבן ברכות, אויסגעטיילט קמיעות און סגולות, ער האָט אויך פֿאַרמאָגט גרויסע כּוחות ווי אַ בעל־מקובל, אַ בעל־מופֿת און אויך געוווּסט די חכמה פֿון קרײַטעכצער און פֿאַרשיידענע געמישן פֿון זאַלבן.
איז געקומען צו ר’ מאָטעלען אַ ייִד, וועלכע האָט זיך אָנפֿאַרטרויט פֿאַרן רבין, אַז ער לײַדט פֿון גלעזערנע פֿיס, ער האָט מורא צו זיצן, ווײַל ער וויל נישט צעברעכן די גלעזערנע פֿיס, דעריבער שטייט ער די גאַנצע צײַט און קען נישט זיצן אָדער ליגן. אַלע האָבן פּאַרשטאַנען, אַז אין דעם ייִד איז אַרײַן אַ דיבוק. זאָגט אים דער רבי:
„זיצט!‟
„איך קען נישט רבי לעבן!‟ — האָט זיך דער ייִד צעוויינט, — „מײַנע פֿיס זײַנען געמאַכט פֿון גלאָז, זיי וועלן פּלאַצן!‟
האָט דער רבי אויסגעשריגן:
„איך הייס דיך תיכּף־ומיד זיצן! באַלד זאָלסטו זיצן!…‟
דער ייִד האָט זיך דערשראָקן, נאָר אַז דער רבי הייסט, זיצט מען.
האָט זיך דער ייִד געזעצט און באַלד דערהערט אַ בראַזג פֿון צעבראָכן גלאָז. די גלעזערנע פֿיס האָבן געפּלאַצט און דער ייִד האָט באַלד דערפֿילט זײַנע אייגענע פֿיס פֿון פֿלייש און ביין.
האָט אים ר’ מאָטעלע געזאָגט:
„דו זעסט! דאָס גלאָז האָט זיך טאַקע צעבראָכן, אָבער דײַנע פֿיס זײַנען געבליבן גאַנץ.‟
דער ייִד האָט זיך שטאַרק דערפֿרייט, און אַוועק אַהיים אַ גליקלעכער. האָבן ר’ מאָטעלעס חסידים געפֿרעגט דעם רבין:
„ווי אַזוי האָט עס דער רבי באַוויזן?‟
האָט ר’ מאָטעלע געענטפֿערט:
„איר פֿאַרשטייט, ליבע ייִדן, איידער דער ייִד האָט זיך געזעצט האָב איך אָנגעזאָגט דעם גבאַי ער זאָל צעברעכן אַ פּאָר גלעזערנע גלעזער און טעלער אין צווייטן צימער, דער ייִד זאָל מיינען, אַז דאָס קומט פֿון זײַנע פֿיס.‟
זײַנען די חסידים געווען איבערגליקלעך, וואָס זיי האָבן אַזאַ קלוגן רבין.
אַגבֿ, די מעשׂה ווערט אויך גענוצט אין פּסיכאָלאָגישע טעקסטביכער אין אַמעריקע, לויט ווי עס האָט מיר דערציילט ד”ר אַרני ריטשאַרדס, וועלכער איז אַליין אַ פּסיכאָלאָג און איינער פֿון די פֿאַרוואַלטער אין ייִוואָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.