אַמאָל, אינעם יאָר 2002, האָט מײַן מאַמע זיך אַוועקגעזעצט אין איר גאַסט־צימער און דערציילט וועגן איר לעבן אַ צופֿעליקן מענטש, וועלכער האָט זיך פֿרײַוויליק באַטייליקט אין סטיווען ספּילבערגס גרויסן פּלאַן אָפּצוהיטן די זכרונות פֿון דער שארית־הפּליטה. דאָס איז פֿאָרגעקומען אינעם צפֿון־מערבֿדיקן טייל פֿון מאַנהעטן. במשך פֿון מער ווי דרײַ שעה, האָט דער צופֿעליקער גאַסט אויסגעפֿרעגט מײַן מאַמע און פֿילמירט דעם גאַנצן שמועס.
איך בין נישט בײַגעווען בעת דעם שמועס. ס׳איז פֿאַר מיר געווען זייער נײַגעריק צו וויסן, וואָס מײַן מאַמע האָט דערציילט, ווײַל זי האָט נישט ליב געהאַט צו שמועסן צופֿיל וועגן איר לעבן, בפֿרט אין די מלחמה־יאָרן. איין מאָל, שבת נאָכמיטאָג, ווען מיר האָבן שפּאַצירט צוזאַמען, האָב איך געהאַלטן אין איין בעטן די מאַמע, זי זאָל דערציילן וועגן איר פֿאַרגאַנגענהייט. דעמאָלט בין איך נאָך געווען אַ קינד. צו ביסלעך, האָט זי מיר אַנטפּלעקט אַ פּאָר עיקר־מאָמענטן פֿון איר ביאָגראַפֿיע.
ווען מע האָט זי דעפּאָרטירט פֿון איר היים־שטעטל סאַטמאַר, וואָס געפֿינט זיך איצט אויף דער רומענישער טעריטאָריע, האָט מען זי פֿאַרשיקט צו אַרבעטן ווי אַ שקלאַפֿין אויף אַן אַמוניציע־פֿאַבריק, וווּ זי האָט געמוזט מאַכן באָמבעס פֿאַר די נאַציס. צוליב דעם, וואָס זי האָט געלעבט אין אַן אַרבעט־לאַגער, האָבן די נאַציס נישט געשטעמפּלט איר האַנט מיט אַ טאַטויִרונג. די מאַמע האָט מיר דעמאָלט אויך דערציילט וועגן אַ בראַוון ייִדישן גענעראַל פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי, וועלכער האָט נישט אַרײַנגעלאָזט די סאָלדאַט אינעם באַפֿרײַטן לאַגער, כּדי זיי זאָלן נישט פֿאַרגוואַלדיקן די פֿרויען.
ווען איך האָב זי געבעטן צו דערציילן וועגן דעם ספּילבערג־אינטערוויו, האָט זי מיר אָבער געענפֿערט, אַז כּל־זמן זי לעבט נאָך, וויל זי עס קיינעם נישט ווײַזן. דאָס האָט מיך שטאַרק פֿאַרחידושט, אָבער זי האָט זיך בפֿירוש אײַנגעעקשנט. וואָס וואָלט געווען זײַן דאָרט אַזוי געפֿערלעך, האָב איך געטראַכט? האָט זי קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציס? האָט מען זי געצוווּנגען צו אַרבעטן אין אַ באָרדעל און שלאָפֿן מיט די דײַטשישע סאָלדאַטן? ווי באַלד מײַן מאַמע איז דעמאָלט געווען אַ שיין 18־יאָריק מיידל, ממש אַ מאָדעלקע, האָט אַזאַ ווערסיע זיך געלייגט אויפֿן שׂכל.
די ווידעאָ־רעקאָרדירונג איז געבליבן בײַ מײַן מאַמען אין דער היים. אין די לעצטע יאָרן, איז זי געוואָרן אינגאַנצן עובֿר־בטל. הגם זי האָט געקענט זיבן שפּראַכן, האָט זי מער נישט געקאָנט אַרויסרעדן קיין שׂכלדיקע פֿראַזע. די דאָקטוירים האָבן באַשטעטיקט, אַז זי לײַדט פֿון דער פּאַרקינסאָן־קרענק. אין פּרינציפּ, וואָלט איך געקאָנט פֿאָרן קיין ירושלים און געפֿינען אינעם מוזיי „יד־ושם‟ אַ קאָפּיע פֿון דער רעקאָרדירונג. סוף־כּל־סוף, האָב איך טאַקע אַזוי געטאָן, ווײַל צווישן דער אָנגעוואָרפֿנקייט אין מײַן מאַמעס דירה האָט זיך מיר נישט אײַנגעגעבן צו געפֿינען איר ווידעאָ.
איך האָב אויסגעהערט איר גאַנצן דרײַ־שעהיִקן אינטערוויו. קיין סודות האָט זי נישט אַנטפּלעקט. אַדרבה, איר פּערזענלעכע חורבן־געשיכטע קלינגט אַפֿילו צו דורכשניטלעך — אַ טיפּישע מעשׂה וועגן אַ פֿרוי פֿון דער שארית־הפּליטה, וועלכער האָט זיך אײַנגעגעבן אויסצולעבן. אין עטלעכע פֿאַלן, האָט זי זיך אָבער אָפּגעראַטעוועט ממש על־פּי־נס. אַנשטאָט דעם פֿינפֿטן טראַנספּאָרט קיין אוישוויץ, וועלכער האָט געפֿירט צום זיכערן טויט, האָט זי פּלוצעם באַשלאָסן צו פֿאָרן אויפֿן דריטן. צוליב דעם, און אַ דאַנק דעם ייִדישן גענעראַל פֿון דער רויטער אַרמיי, איז זי געבליבן לעבן. ס׳איז געווען „באַשערט‟, האָט זי אויסגענוצט דאָס ייִדישע וואָרט אינמיטן דעם שמועס אויף ענגליש.
עס בלײַבט נישט קלאָר, פֿאַרוואָס מײַן מאַמע האָט נישט געוואָלט קיינעם ווײַזן דעם פֿילם. עס קאָן זײַן, אַז זי האָט זיך געשעמט זיך אַרויסצוּווײַזן ווי אַ העלדין, וואָס אַזוי איז טאַקע געווען בעת דער מלחמה. פֿאַר מיר פּערזענלעך, איז אָבער די נסיעה קיין ירושלים געוואָרן אַ געלעגנהייט צו טרעפֿן זיך ווידער מיט מײַן מאַמען, ווען זי איז נאָך געווען געזונט און גערעדט אויף אַ פּערפֿעקטן ענגליש, כאָטש מיט אַן אַקצענט. הײַנט זיצט זי, נעבעך, אויף אַ רעדלשטול און פּלאַפּלט אינגאַנצן אומזיניקע דיבורים אויף אַלע אירע זיבן שפּראַכן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.