ס’איז אַן איראָניע פֿון דער געשיכטע, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ געפֿינט זיך הײַנט צוויי גאַסן פֿון דער באַרימטער „וואָל סטריט‟ אין דרום־מאַנהעטן, דער גרעסטער צענטער פֿונעם וועלט־קאַפּיטאַליזם. איבערן אַרײַנגאַנג צום „פֿאָרווערטס‟־בנין אויף איסט־בראָדוויי, וווּ אונדזער רעדאַקציע האָט זיך געפֿונען ביז אין די 1970ער יאָרן, קען מען נאָך זען אײַנגעקריצט אין מירמלשטיין די פּנימער פֿון די ערשטע גדולים פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. וואָס וואָלטן געטראַכט די דאָזיקע העלדן פֿון אַרבעטער־קלאַס, ווען זיי וואָלטן, ווי מיר, זיך געדרייט אויף די זעלביקע גאַסן מיט די גרויסע באַנקירער, שווינדלער, און אָנגעשטאָפּטע גבֿירים?
מיט דער צײַט האָבן אונדזערע סאָציאַליסטן זיך באַרויִקט, זײַנען זיי אַראָפּ פֿון די באַריקאַדן און געוואָרן אַ טייל פֿון דער פּאָליטישער סיסטעם, וואָס זיי האָבן פֿריִער מיט אים באַקעמפֿט. נאָך אין די 1930ער יאָרן האָט דער „פֿאָרווערטס‟ מיט די אַנדערע „רעכטע‟ (ניט־־קאָמוניסטישע) סאָציאַליסטן אָנגעהויבן שטיצן רוּזוועלטן און די דעמאָקראַטן. אין די 1960ער יאָרן האָט ס’רובֿ סאָציאַליסטן אונדזערע שוין געשטיצט די מלחמה אין וויעטנאַם, און די אַנאַרכיטסן זײַנען געווען „פּונקט אַזוי אַנאַרכיסטיש ווי דער ׳ניו־יאָרק טײַמס׳‟ — אַזוי האָט געהאַלטן דער היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער אַרבעטער־באַוועגונג אין אַמעריקע, מלך עפּשטיין.
ווען מאַרקס און ענגעלס וואָלטן הײַנט געלעבט, וואָלט מען געזען ווי זיי רייכערן קובאַנער ציגאַרן און טרינקען פּאָרטווײַן, צוזאַמען מיט די גרויסע פֿינאַנץ־לײַט, רעדן מיט זיי וועגן פּאָליטיק, שמעקן אַ ליניע קאָקאַיִן. אַזוי פֿירט זיך, נעבעך… וואָס מיר רעוואָלוציע, ווער מיר רעוואָלוציע — דערלאַנג מיר דאָס פֿלעשל, און וווּ זײַנען די זונות?
נאָר ס׳איז אַ בילבול צו באַשמוצן דעם נאָמען פֿון ערלעכע קאַפּיטאַליסטן, וואָס האָבן מיט זייער נאָוואַטאָרישקייט און אײַנשטעלעניש אויפֿגעבויט אונדזער לאַנד, אַפֿילו געמאַכט, אַז דער מידבר זאָל בליִען (אין קאַליפֿאָרניע, למשל). ווי ס׳האָט געזאָגט פּרעזידענט קולידזש: „די ביזנעס פֿון אַמעריקע איז ביזנעס‟. ס’רובֿ ביזנעס־לײַט האָבן די בעסטע כּוונות, ס׳איז ניט זייער שולד, וואָס זיי זײַנען רײַך. נאָר די פּאָר „פֿאַרפֿוילטע עפּל‟, ווי באַוווּסט, מאַכן אַלץ קאַליע.
די העצע קעגן די רײַכע איז אין אַ גרויסער מאָס אַן אויסגוס פֿון קינאה און אומפֿאַרגינערישקייט מצד מענטשן, וואָס וואָלטן בכּבֿוד־גדול גערייכערט די זעלבע ציגאַרן און געשמעקט דעם זעלבן קאָקאַיִן, ווען מע וואָלט זיי נאָר פֿאַרבעטן אויף דער שׂימחה. מע דאַרף בלויז געדענקען די חבֿרה בײַ דער „אָקופּירט וואָל סטריט‟־באַוועגונג מיט אַ פּאָר יאָר צוריק.
דער אמת איז, אַז „וואָל סטריט‟ איז אַן עכט ייִדישער פּלאַץ שוין הונדערט פֿופֿציק יאָר, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ אַלע רעכט דאָ צו זײַן אויך. די דײַטשע יאַהודים האָבן זינט דעם אַמעריקאַנער בירגערקריג געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער פֿינאַנץ־וועלט — אַזעלכע פֿירמעס ווי „גאָלדמאַן זאַקס‟, „זעליגמאַן און קאָ.‟ און „קוהן, לאָוב און קאָ.‟ (Kuhn Loeb). אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן כּלל־טוער יעקבֿ שיף, איז „קוהן לאָוב‟ לאַנגע יאָרן געווען דער צווייט וויכטיקסטער אינוועסטמענט־באַנק אין אַמעריקע (אין 1977 איז עס געוואָרן אַ טייל פֿון „לעהמאַן ברידער‟). „גאָלדמאַן זאַקס‟ איז נאָך הײַנט דער וויכטיקסטער באַנק.
ייִדן זײַנען געוואָרן אַזעלכע גרויסע באַנקירער, אַז „וואָל סטריט‟ און „ייִדן‟ זײַנען געוואָרן סינאָנימישע באַגריפֿן אינעם פֿאָלקס פֿאַנטאַזיע — אַזוי קען מען לייענען אין דער אַנטיסעמיטישער פּרעסע, סײַ פֿון אַ מאָל, סײַ פֿון הײַנט — אין אינטערנעץ. אַוודאי, העלפֿט ניט, וואָס עטלעכע פֿון די גרעסטע שווינדלער די לעצטע יאָרן זײַנען ייִדן — ווי בערני מיידאָף, אָדער דער העלד פֿונעם פֿילם „דער וואָלף פֿון וואָל סטריט‟, דזשאָרדין בעלפֿאָרט. זינט 1987 זײַנען אַלע פֿאָרזיצער פֿונעם „פֿעדעראַלן רעזערוו‟ ייִדן: אַלאַן גרינספּאַן, בען בערנאַנקע, און איצט דזשאַנעט יעלען. ס׳איז ניט קיין חידוש, וואָס די אַנטיסעמיטן זעען אין דעם אַ קאָנספּיראַציע פֿון וועלט־ייִדנטום.
די הײַנטיקע „וואָל סטריט‟ איז שוין ניט אַזוי צענטראַל ווי ס׳איז געווען מיט הונדערט יאָר צוריק. דעמאָלט האָט מען געדאַרפֿט מאַכן געשעפֿטן פּנים־אל־פּנים, געבן די האַנט, אונטערשרײַבן דעם קאָנטראַקט, אויסבײַטן די אַקציעס. הײַנט קען מען עס טאָן עלעקטראָניש טויזנטער מײַלן פֿון ניו־יאָרק, אויב נייטיק, אַפֿילו אין — ניו־דזשערזי. די גרויסע אינוועסטמענט־בענק זײַנען אַלע אַוועק פֿון „וואָל סטריט‟ און האָבן זיך באַזעצט אין אַנדערע ערטער, מיטן אויסנאַם פֿונעם אַמעריקאַנער פֿיליאַל פֿון דער „דײַטשער באַנק‟. אין יענעם בנין, אַגבֿ, געפֿינט זיך אַ גרויסער אַטריום, אַן אָפֿענער פּלאַץ, וואָס האָט געדינט די אַקטיוויסטן פֿון „אָקופּירט וואָל סטריט‟ ווי אַ מין הויפּטקוואַרטיר.
פֿון דעסטוועגן, שפּילט דער פֿינאַנץ־סעקטאָר ווײַטער זייער אַ וויכטיקע ראָלע אין ניו־יאָרק. בלויז 350,000 מענטשן, אַן ערך, אַרבעטן דאָ אין פֿינאַנץ, אָבער זיי צאָלן אפֿשר אַ דריטל פֿון די שטײַערן. אַ שלעכט יאָר פֿאַר „וואָל סטריט‟ איז אויך אַ שלעכט יאָר פֿאַר „מיין סטריט‟ (אַזוי הייסט די הויפּטגאַס פֿון אַ סך אַמעריקאַנער שטעטלעך) — פֿאַר אַלע ניו־יאָרקער, אַרײַנגערעכנט די צוויי מיליאָן ייִדן אין און אַרום דער שטאָט.
הײַנט קען ניט געמאָלט זײַן אַ „וואָל סטריט‟ אָן ייִדן — ס׳איז ווי אַ קליאַמקע אָן אַ טיר, אַ רבֿ אָן אַ רביצין, אַ קלויסטער אָן אַ גלאָק. אָבער ווי לאַנג וועט די דאָזיקע פֿאַרבינדונג נאָך עקסיסטירן? דאַכט זיך, אויף זייער לאַנג. ס׳איז אמת, אַז אַ סך יונגע ייִדן פֿאַרנעמען זיך ניט מיטן זעלבן מין אַרבעט ווי די פֿריִערדיקע דורות; אַנשטאָט צו ווערן בוכהאַלטער, אַדוואָקאַטן, און דאָקטוירים, ווילן זיי בעסער פֿאַרנעמען זיך מיטן עקאָלאָגישן פֿאַרמערײַ, מיט פּאָעזיע, מאָדערנע טענץ און נאָך אַזעלכע זאַכן. אָבער אַ גרויסער חלק פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג וועט ווײַטער זײַן פֿאַראינטערעסירט, דער עיקר, אין פֿאַרדינען אַ סך געלט: די אָרטאָדאָקסן. ווײַל „אם אין קמח, אין תּורה‟, און כּדי צו האָדעווען אַ סך קינדער, דאַרף מען האָבן אַ סך קמח.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.