דער וועלטבאַרימטער רוסיש־אַמעריקאַנער סקולפּטאָר און פֿילאָסאָף, ערנסט ניעיִזוועסטני, וואָס וווינט זינט 1977 אין ניו־יאָרק, איז אַלט געוואָרן 90 יאָר. זײַן יוביליי האָט דער קונסט־מײַסטער אָפּגעמערקט אין דער קינסטלערישער סטודיע אין דער סאָהאָ־געגנט (מאַנהעטן). מיט דרײַ יאָר צוריק האָט ער איבערגעטראָגן אַ שווערע נייראָכירורגישע אָפּעראַציע; אָבער זײַנע הענט האַלטן נאָך פֿעסט די סקולפּטור־כּלים, און דער קאָפּ אַרבעט קלאָר און שאַרף.
ערנסט ניעיִזוועסטני איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט סווערדלאָווסק אויף אוראַל. זײַנע אַסימילירטע עלטערן, דער טאַטע, אַ מעדיצינישער דאָקטער, יוסף ניעיִזוועסטני און די מאַמע, אַ רוסישע שרײַבערין, בעלאַ דיזשור, האָבן דערצויגן זייער זון אין די בעסטע טראַדיציעס פֿון דער רוסישער קולטור.
דעם גורל פֿון זייער זון, פּונקט די דעם גורל פֿון זײַן גאַנצן דור, האָט באַשטימט די צווייטע וועלט־מלחמה. צו 17 יאָר איז ערנסט אַוועק אויפֿן פֿראָנט, וווּ ער האָט געדינט ווי אַ לופֿט־דעסאַנטלער. דעם 22סטן אַפּריל, 1945, ווען די בלוטיקע שלאַכטן האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אויפֿן שטח פֿון עסטרײַך, איז ער שווער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן. על־פּי טעות איז ער אַרײַנגעשריבן געוואָרן אין די טויט־ליסטעס, און ווי אַן אומגעקומענער באַלוינט געוואָרן מיטן בכּבֿודיקן שלאַכט־אָרדן, „רויטער שטערן‟.
נאָך דער מלחמה האָט ניעיִזוועסטני זיך געלערנט קונסט אין דער ריגער קונסט־אַקאַדעמיע, דערנאָך אינעם מאָסקווער קינסטלערישן אינסטיטוט אויף סוריקאָווס נאָמען; ווי אויך — אויפֿן פֿילאָסאָפֿישן פֿאַקולטעט בײַם מאָסקווער אוניווערסיטעט. ער גיט זיך אָפּ מיט סקולפּטור, בפֿרט מאָנומענטאַלער סקולפּטור, וואָס אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט עס געמוזט בולט איבערגעבן דעם יסודותדיקן צוגאַנג פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם „סאָציאַליסטישן רעאַליזם‟. אָבער די ווערק פֿונעם סקולפּטאָר טיילן זיך אויס מיט זייער נאָן־קאָנפֿאָרמיסטישן קאָנצעפּט; זיי קומען אין סתּירות מיט דער „גענעראַל‟ליניע‟ פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.
ערנסט ניעיִזוועסטני באַטייליקט זיך אָפֿט אין די האַלב־לעגאַלע אויסשטעלונגען, וואָס מאַכט אים באַקאַנט אין דער סבֿיבֿה פֿון עכטע קונסט־קענער און קאָלעקציאָנערן. באַזונדערס באַקאַנט ווערט זײַן נאָמען אין שײַכות מיטן סקאַנדאַל אַרום די ווערק פֿון די סאָוועטישע אַוואַנגאַרד־קינסטלער, וואָס ניקיטאַ כרושטשאָוו, דער דעמאָלטיקער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער פּאַרטיי האָט שאַרף קריטיקירט. איצט ווערט שוין זײַן נאָמען אַרײַנגעשריבן אין דער „שוואַרצער ליסטע‟ פֿון די קולטור־טוער, וואָס זייערע ווערק אָדער ווערן בכלל פֿאַרווערט פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט, אָדער שטרענג צענזורירט.
אין די 1960ער יאָרן ווערט ניעיִזוועסטני איינער פֿון די פֿירנדיקע פּערזענלעכקייטן פֿון די „אָפֿיציעל־אָפּגעשטויסענע‟ קינסטלער, שרײַבער, געלערנטע, פֿילאָסאָפֿן — קריטיקער פֿונעם סאָוועטישן רעזשים, וואָס שפּעטער זײַנען זייערע נעמען געוואָרן סימבאָלן פֿון פֿרײַהייט און דעמאָקראַטיע. ס‘איז כּדאַי דאָ צו באַטאָנען, אַז צווישן זיי האָבן די ייִדן פֿאַרנומען אַ ממשותדיק אָרט.
סוף־כּל־סוף, שטויסט אים די מאַכט אַרויס פֿונעם לאַנד, און ער באַזעצט זיך אויף אַ צײַט אין ציריך (שווייץ), און דערנאָך אין ניו־יאָרק, וווּ ער איז ממשיך זײַן קאַריערע ווי אַ סקולפּטאָר. דער פֿאַקט אַליין זאָגט עדות, אַז אַן עכטער קינסטלער געפֿינט זײַן שאַפֿערישן מקום־מיקלט, אומאָפּהענגיק פֿון דער פּאָליטישער און אידעאָלאָגישער קאָניוקטור.
בראָנדז — איז זײַן באַליבטער חומר; אָבער די מאָנומענטאַלסטע ווערק זײַנע האָט ער געשאַפֿן פֿון בעטאָן. צווישן די מער־באַקאַנטע זײַנע סקולפּטורן פֿונעם „סאָוועטישן פּעריאָד‟ טיילט זיך אויס דער ציקל „עץ־החיים‟ און „פּראָמעטעוס‟. צו די אַמעריקאַנער ווערק געהערט דער ציקל „Man through the Wall‟, געווידמעט דעם קראַך פֿון קאָמוניזם, וואָס ס‘האָט בײַ אים באַשטעלט די מאַגנאַ־גאַלעריע אין סאַן־פֿראַנציסקאָ.
ערנסט ניעיִזוועסטני פֿלעגט אָפֿט אויפֿטרעטן מיט לעקציע אין די אוניווערסיטעטן פֿון אָרעגאָן, בערקלי, קאָלומביע און אַנדערע. אין 1996 שטעלט ער אויף אין דער צפֿון־שטאָט מאַגאַדאַן, דער צענטער פֿון סטאַלינס „גולאַג‟, דעם 15טן־מעטערדיקן מאָנומענט „טרויער־מאַסקע‟, אין אָנדענק פֿון די רעפּרעסירטע קרבנות פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
צו באַגריסן דעם יובילאַר זײַנען געקומען די פֿרײַנד און אָנהענגער פֿון זײַן קונסט. באָגעגנט זיי האָט דער יובילאַר גופֿא, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, אַנאַ גרעם, דער שוועסטער, לודמילאַ און זײַן הונט פּיטשעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.