ווען אויטיסטישע קינדער ווערן 21

When Autistic Kids Turn 21

פּאָל מאָריס, איינער פֿון די רעדנער אויפֿן קומעדיקן „היליבראַנד־סימפּאָזיום‟
YouTube
פּאָל מאָריס, איינער פֿון די רעדנער אויפֿן קומעדיקן „היליבראַנד־סימפּאָזיום‟

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published April 19, 2015, issue of May 15, 2015.

ווען פּאָול מאָריס איז געבוירן געוואָרן אין 1987, איינער פֿון אַ פֿירלינג, האָט ער געווויגן ווייניקער ווי 3 פֿונט. דערצו האָט ער נישט אַרויסגערעדט קיין וואָרט, ביז ער איז געוואָרן פֿינף יאָר אַלט. דער דיאַגנאָז — אויטיזם. הײַנט איז מאָריס אַ 27־יאָריקער יונגערמאַן, און כאָטש ער האָט נאָך אַלץ די סימפּטאָמען פֿון אויטיזם, פֿירט ער אַן אומאָפּהענגיק לעבן: וווינט מיט אַ פֿרײַנד אין אַן אייגענער דירה, און אַרבעט בײַ צוויי טייל־צײַטיקע שטעלעס, וואָס ניצן אויס זײַן פֿעיִקייט אין קאָמפּיוטערײַ.

מאָריס איז איינער פֿון די פֿיר יונגע מענער און פֿרויען, וואָס וועלן זיך באַטייליקן אין אַ פּאַנעל אויפֿן טאָג־לאַנגן „היליבראַנד־סימפּאָזיום‟ אין מאַנהעטן, מיטן נאָמען Autism Grown Up: Building the Future Together, (אויטיזם בײַ דערוואַקסענע: לאָמיר בויען אַ צוקונפֿט צוזאַמען)

//www.ujafedny.org/what-we-do/help-people-in-need/autism-symposium/

די טעמע איז אַ וויכטיקע, ווײַל בײַ אויטיסטישע קינדער, און בײַ זייערע עלטערן, קאָן דער איבערגאַנג צו דערוואַקסנקייט ברענגען גאָר נײַע פּראָבלעמען, בשעת די יונגע לײַט פּרוּוון זיך געפֿינען אַן אָרט אין אַ געזעלשאַפֿט, וואָס ווייסט אָפֿט מאָל נישט ווי אַזוי זיך צו באַציִען צו זיי.

דער סימפּאָזיום, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 28סטן אַפּריל, ווערט דורכגעפֿירט דורך דער ניו־יאָרקער ייִדישער פֿעדעראַציע.

אויטיזם איז אַ גײַסטיקע קראַנקייט — אַ רעזולטאַט פֿון אַ נעווראָלאָגישער שטערונג, כאַראַקטעריזירט דורך שוועריקייטן בעתן קאָמוניקירן און אויסקומען מיט אַנדערע מענטשן, ווי אויך אַנדערע אומגעוויינטלעכע מינים אויפֿפֿיר און אינטערעסן. לויטן „צענטער פֿאַר קראַנקייט־קאָנטראָל‟ אין אַטלאַנטע, לײַדט איינס פֿון יעדע 68 קינדער פֿון אַן אויטיזם־וואַריאַנט.

דאָס וועט נישט זײַן דאָס ערשטע מאָל, וואָס פּאָל מאָריס דערציילט וועגן זײַן איבערלעבונג ווי אַן אויטיסטישער יונגערמאַן. ער האָט אויך גערעדט בעת אַן אונטערנעמונג פֿון דער „פֿונדאַציע פֿון דער וויסנשאַפֿט פֿון אויטיזם‟, דעם 21סטן אַפּריל 2014, אין ניו־יאָרק:

הגם דאָס איז דאָס אַכטע יאָר, וואָס עס קומט פֿאָר דער „היליבראַנד־סימפּאָזיום פֿאַר אויטיזם‟, איז עס דאָס ערשטע מאָל, וואָס עס וועלן אויפֿטרעטן מענטשן מיט אָט דעם דיאַגנאָז און דערציילן וועגן דער איבערלעבונג פֿון דער ערשטער פּערזאָן. דערצו וועט אַ ריי ספּעציאַליסטן האַלטן רעפֿעראַטן אין שײַכות מיט די לעצטע ידיעות וועגן אויטיזם, סײַ אין דער וויסנשאַפֿטלעכער וועלט, סײַ אין דער געזעלשאַפֿטלעכער.

ד״ר לאָראַ גראָעפֿער, וועלכע פֿירט אָן מיט TEACCH — אַן אַנשטאַלט אין צפֿון־קאַראָלײַנע, געגרינדעט אין 1972 (איינע פֿון די עלטסטע אויטיזם־פּראָגראַמען אין אַמעריקע) — וועט איבערגעבן די רעזולטאַטן פֿון אַ יאָרן־לאַנגער שטודיע פֿון יענע ערשטע קינדער אין דער פּראָגראַם, וואָס זענען שוין הײַנט אין די 40ער און 50ער. זי וועט דיסקוטירן, ווי אַזוי מע קען שטיצן די אויטיסטישע דערוואַקסענע, אַז זיי זאָלן קענען זײַן זעלבשטענדיק, געפֿינען אַרבעט, און זײַן צופֿרידן מיט דער אַרבעט.

ד״ר ליסאַ קראַון, אַ וויסנשאַפֿטלערין בײַם „קײַזער־אינסטיטוט‟ אין אָוקלאַנד, קאַליפֿאָרניע, וועט איבערגעבן די רעזולטאַטן פֿון אַ נײַער שטודיע וועגן די פֿאַרשפּרייטסטע געזונט־פּראָבלעמען בײַ אויטיסטישע דערוואַקסענע, און וועגן דער פֿראַגע, ווי אָפֿט גייען זיי צום דאָקטער — וויכטיקע טעמעס, בפֿרט פֿאַר די, וועלכע וווינען מער נישט בײַ טאַטע־מאַמע און דאַרפֿן זיך אַליין אַן עצה געבן מיט זייער געזונט.

די ניו־יאָרקער „פֿעדעראַציע‟ פֿאַרנעמט זיך שוין אַ צאָל יאָרן מיטן ענין, אויטיזם. יעדעס יאָר טיילט זי אויס מער ווי 1.3 מיליאָן דאָלאַר אויף כּלערליי איניציאַטיוון פֿאַר דעם צוועק. $720,000 פֿון דער סומע גייט ספּעציפֿיש אויף צו העלפֿן זיי געפֿינען שטעלעס און געזעלשאַפֿטלעכע געלעגנהייטן ווי, למשל, ייִדישע יום־טובֿ־פֿײַערונגען; פֿאַרברענגען מיט אַנדערע אויטיסטישע לײַט דורך וועטשערעס, אַקטיוויטעטן און וואַרשטאַטן וועגן ענינים, וואָס פֿאַראינטערעסירן זיי.

Brooklyn Connect, למשל, וואָס איינער פֿון זײַנע צווײַגן געפֿינט זיך אינעם ייִדישן קהילה־צענטער Kings Bay Y

//www.kingsbayy.org/adults/brooklyn-connect

ווענדט זיך צו אָרטיקע געשעפֿטסלײַט און כּלל־טוער, זיי זאָלן העלפֿן די אויטיסטישע לײַט צו געפֿינען אַרבעט און געזעלשאַפֿטלעכע געלעגנהייטן. די האָפֿענונג איז, אַז די בחורים און מיידלעך זאָלן געפֿינען פֿאַר זיך אַן אָרט סײַ אין דער ייִדישער קהילה, סײַ אין דער געזעלשאַפֿט בכלל.

דער יערלעכער סימפּאָזיום, וואָס זײַן אָפֿיציעלער נאָמען איז דער „היליבראַנד אויטיזם־סימפּאָזיום‟ ווערט פֿינאַנצירט דורך דער אויטיזם־אַקטיוויסטקע און פֿילאַנטראָפּין, דעבי היליבראַנד.

„אונדזער געזעלשאַפֿט האָט שוין פֿון לאַנג פֿאַרשטאַנען די וויכטיקייט פֿון געבן אויטיסטישע קינדער אַ גוטע דערציִונג, אָבער מיר מוזן זיי אויך צוגרייטן צו דער רעאַליטעט, נאָך דעם ווי זיי ווערן 21 יאָר אַלט,‟ האָט דערקלערט בעט ראָזענבערג, איינער פֿון די אָרגאַניזירער פֿונעם סימפּאָזיום. „אויב נישט, איז עס גלײַך ווי מיר לאָזן זיי איבער אויף הפֿקר.‟

אַן אויטיסטישער בחור פֿאַרברענגט מיט זײַן אויפֿפּאַסער, ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם Transition to Independence Initiative
UJA-Federation of New York
אַן אויטיסטישער בחור פֿאַרברענגט מיט זײַן אויפֿפּאַסער, ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם Transition to Independence Initiative

ד״ר דבֿורה זלאָטשאָווער, אַ גמרא־לערערין אין דער עגאַליטאַרישער ישיבֿה „מכון הדר‟, האָט אַליין צוויי זין „אויפֿן ספּעקטרום‟ (דער מער אָנגענומענער טערמין פֿאַר אויטיזם און אַספּערגערס). איינער איז 17 יאָר אַלט, און דער צווייטער — 15 יאָר. בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט זי געזאָגט, אַז אירע זין לערנען זיך שוין יאָרן לאַנג אין דער „אַראָן־שול‟ //www.aaronschool.org, אַן אָנגעזעענער אַנטשאַלט פֿאַר קינדער מיט לערן־שוועריקייטן. „די שטיצע וואָס זיי קריגן דאָרט, איז אויסערגעוויינטלעך,‟ האָט זי געזאָגט. זי האָט שוין אָבער אַ סך געקלערט, וואָס געשעט מיט די אויטיסטישע קינדער, נאָך דעם ווי זיי פֿאַרענדיקן די מיטלשול, און ווילן ווערן זעלבשטענדיק? „לויט די שטודיעס וואָס איך האָב געלייענט, זענען די מיטלשול־יאָרן בײַ אויטיסטישע קינדער די בעסטע; אַ צײַט, ווען זיי פֿונקציאָנירן זייער גוט, אָבער דערנאָך גייט עס באַרג־אַראָפּ, ווײַל ס׳איז נישטאָ די זעלבע שטיצע, וואָס ס׳איז פֿריִער געווען.‟

„די עלטערן דאַרפֿן דאָס וויסן מיט יאָרן פֿריִער, כּדי זיי זאָלן קענען פּלאַנירן דעם מאָרגן,‟ האָט זלאָטשאָווער צוגעגעבן. „למשל, אַז מע זוכט אַ קאָלעדזש, זאָל מען אויסקלײַבן יענעם, וואָס האָט אַ פּראָגראַם צו העלפֿן אויטיסטישע יונגע לײַט זיך צופּאַסן צו דער נײַער סבֿיבֿה. פֿאַר די וועלכע אַרבעטן שוין, דאַרף מען געפֿינען אַ פּראָפֿעסיאָנעלן וועגווײַזער, וואָס העלפֿן זיי לייזן פּראָבלעמען בײַ זייערע שטעלעס.‟

הגם זלאָטשעווער וועט נישט בײַזײַן אויפֿן „היליבראַנד־סימפּאָזיום‟, האָט זי זיך יאָ באַטייליקט אין אים מיט יאָרן צוריק, און געזאָגט, אַז ס׳איז כּדאי געווען. „פֿון איין זײַט, איז עס שווער צו גיין אויף אַזוינע קאָנפֿערענצן, ווײַל יעדעס קינד איז אַנדערש, און אַ טייל עלטערן האָבן געזוכט אַנדערע מינים הילף, צוגעפּאַסט צו זייערע קינדער,‟ האָט זי געזאָגט. „פֿון דער אַנדערער זײַט, איז עס געווען אַ גרויסע הילף צו הערן די רעזולטאַטן פֿון ערנסטע שטודיעס, וואָס מע האָט דורכגעפֿירט וועגן אויטיסטישע לײַט — אינפֿאָרמאַציע, וואָס איך וואָלט אַנדערש נישט געהאַט קיין צוטריט צו דעם.

„און אַוודאי — האָט זי צוגעגעבן — ס׳פֿאַלט אַ שטיין אַראָפּ פֿון האַרצן, ווען דו זעסט, אַז דו ביסט נישט אַליין.‟