איז דער „מאַרש פֿון די לעבעדיקע‟ טאַקע גוט?

What’s Wrong With March of the Living?

דער „מאַרש פֿון די לעבעדיקע‟ אין אוישוויץ, דעם 16טן אַפּריל
Yossi Zeliger/March of the Living
דער „מאַרש פֿון די לעבעדיקע‟ אין אוישוויץ, דעם 16טן אַפּריל

פֿון דזשעסיקאַ לאַנג (ייִט״אַ)

Published April 19, 2015, issue of May 15, 2015.

מיט אַ גרופּע סטודענטן, זענען מיר געגאַנגען עסן אַ פּיצע אינעם פּוילישן שטעטל אָשווענטשים. אויפֿן צווייטן טאָג, האָבן מיט באַזוכט אוישוויץ, דאָס געוועזענע אָרט פֿונעם טרויעריק באַרימטן נאַציסטישן טויט־לאַגער. איינע פֿון מײַנע תּלמידות האָט זיך צעוויינט, הגם מיר האָבן דעמאָלט נאָך פֿאַרבראַכט אויף די גאַסן פֿון אַ לעבעדיקער שטאָט מיט 40 טויזנט תּושבֿים. די שוידערלעכע נאַצי־פֿאַבריק פֿון טויט איז געשטאַנען נישט ווײַט פֿונעם דאָזיקן שטעטל.

ווען מע באַזוכט אַן אָרט, וווּ מע האָט סיסטעמאַטיש אויסגעהרגעט אַזויפֿיל מענטשן, איז אַזאַ רעאַקציע נישט קיין חידוש. דאָס מיידל איז אָבער געקומען קיין אוישוויץ ווי אַ סטודענטקע פֿון מײַן קורס פֿון חורבן־געשיכטע און ליטעראַטור, וואָס איך פֿיר אינעם ניו־יאָרקער „ברוך־קאָלעדזש‟. צום ערשטן מאָל איז זי געפֿלויגן מיט אַן עראָפּלאַן אין אַן אַנדער לאַנד, כּדי צו באַזוכן די ערטער, וועגן וועלכע זי האָט ביז דעמאָלט בלויז געלייענט אין די ביכער און אויף אַ קאָמפּיוטער צווישן דעם רויש פֿון מאַנהעטן.

די אַנדערע סטודענטן, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין אונדזער נסיעה, שטאַמען פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, אַרײַנגערעכנט לאַטײַן־אַמעריקע, דזשאַמײַקע, ישׂראל, מאַראָקאָ און פּוילן. בײַטאָג, האָבן מיר באַזוכט כּלערליי ערטער, כּדי צו פֿאַרשטיין דעם היסטאָרישן הינטערגרונט פֿונעם חורבן. אין אָוונט, האָבן מיר דורכגעפֿירט אַ דיסקוסיע וועגן די באַזוכטע פּלעצער. אַ טייל סטודענטן האָבן פֿאָרגעלייענט אייגענע אָריגינעלע אַנאַליטישע געדאַנקען פֿון זייערע טאָגביכער. מע קאָן בעסער פֿאַרשטיין און זיך פֿאָרשטעלן די היסטאָרישע געשעענישן, ווען מענטשן באַטראַכטן צוזאַמען זייערע מחשבֿות אויף אַ בשותּפֿותדיקן אופֿן.

בעת ספּעציפֿיש ייִדישע גרופּעס קינדער און סטודענטן פֿאָרן קיין אוישוויץ, ווייסן זיי, געוויינטלעך, ווייניק וועגן דער שוידערלעכער געשיכטע פֿונעם חורבן. פֿאַר זיי זענען אַזעלכע נסיעות געוואָרן סתּם אַ מינהג, לויט וועלכן דער חורבן איז אַ יסודותדיקער קערן פֿון זייער ייִדישער אידענטיפֿיקאַציע. אַזעלכע אונטערנעמונגען, ווי דער 27סטער יערלעכער „מאַרש פֿון די לעבעדיקע‟, וועלכער איז פֿאָרגעקומען דעם 12טן אַפּריל אין בודאַפּעשט, און דעם 16טן אַפּריל, „יום השואה‟, אין אוישוויץ, האָבן אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן אויבערפֿלעכלעכן טעם.

טויזנטער יונגע־לײַט האָבן מאַרשירט אויפֿן אָרט, וווּ די נאַציס האָבן פֿאַרניכטעט בערך אַ מיליאָן ייִדן. איך האָב זיך אַליין אַמאָל באַטייליקט אין אַזאַ מאַרש און איך גלייב, אַז דאָס פֿאַרפֿעסטיקט טאַקע די ייִדישע אידענטיפֿיקאַציע פֿון די אָנטיילנעמער. פֿונדעסטוועגן, שמעקן אַזעלכע אונטערנעמונגען מיט אידעאָלאָגיע, אַנשטאָט צו געבן ענטפֿערס אויף ערנסטע פֿראַגעס און באַקענען די יונגט מיט דער געשיכטע אויף אַן ערנסטן אופֿן.

אוישוויץ איז, אַוודאי, נישט קיין פֿאַרווײַלונג־פּלאַץ. אַ טייל סטודענטן בלײַבן נאָכן באַזוך געפּלעפֿט און ווייסן נישט, ווי אַזוי צו שילדערן, וואָס זיי האָבן דערזען, אין זייערע רעפֿעראַטן. ס׳איז נישט גענוג אַרומצומאַרשירן; כּדי צו געדענקען דעם חורבן, מוז מען שטודירן, טראַכטן און דיסקוטירן. אַדרבה, כּדי אַ וויזיט אין אַזאַ טרויעריק באַרימט אָרט זאָל מאַכן אַ רושם, מוז עס זײַן דווקא ערנסט און אומבאַקוועם.