זעלטן זענען אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע געווען אַזעלכע צײַטן, ווען אַזויפֿיל ייִדן זאָלן נישט וויּסן, צו וועמען אַרויסצוּווײַזן אַ גרעסערע לאָיאַליטעט: צו אַמעריקע אָדער צו ישׂראל? ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן זענען ליבעראַל געשטימט און שטיצן די דעמאָקראַטן. ווען עס קומט אָבער צו דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק, זענען אַ סך פֿון זיי מער מסכּים מיט די רעפּובליקאַנער.
די סיכסוכים צווישן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, און דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָבן זיך אָנגעהויבן, גלײַך נאָך אָבאַמאַס קומען צו דער מאַכט, אין 2009. אַ סך פּאָליטישע אַנאַליטיקער האָבן אָבער באַמערקט, אַז צוליב די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן האָט דאָס מחלוקת זיך לעצטנס באַזונדערס שטאַרק צעברענט.
אין דער אמתן, איז עס נישט אַזוי. בעת דער אַדמיניסטראַציע פֿונעם פּרעזידענט בוש דעם טאַטן, ווען דזשיימס בייקער האָט געפֿירט די פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער, אינעם יאָר 1989, און צוליב די גאַראַנטיעס מיט הלוואָות, אין 1991, זענען די סיכסוכים צווישן די צוויי לענדער געווען שאַרפֿער, ווי הײַנט.
נאָך ערגער זענען געווען די באַציִונגען צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און מדינת־ישׂראל אין 1975, ווען די אַדמיניסטראַציע פֿונעם פּרעזידענט פֿאָרד האָט זיך בפֿירוש צעקריגט מיט דער ישׂראלדיקער רעגירונג, און אויף אַ האַלב יאָר אָפּגעשטעלט דעם געווער־האַנדל; און ווען מע דערמאָנט זיך, וואָס פֿאַר אַ מחלוקת האָט אויפֿגעפֿלאַקערט מיטן פּרעזידענט אײַזענהאַוער צוליב דער סיני־קאַמפּאַניע אינעם יאָר 1956, זעט מען קלאָר, אַז די הײַנטיקע קריגערײַ מיט אָבאַמאַ איז, אין פֿאַרגלײַך דערמיט, בלויז אַ קלייניקייט.
דער איצטיקער מצבֿ שיידט זיך אָבער יאָ אונטער פֿון די פֿריִערדיקע סיטואַציעס, ווײַל דאָס מאָל האָט זיך אָנגעהויבן דער ערשטער ערנסטער קאָנפֿליקט צווישן די ישׂראלדיקע פֿירער און אַ דעמאָקראַטישער אַדמיניסטראַציע. פֿאַקטיש, האַלטן איצט די רעפּובליקאַנער, בשותּפֿות מיט ישׂראל, אַ גאַנצע פּאָליטישע מלחמה קעגן די דעמאָקראַטן און דעם אַמעריקאַנער ליבעראַליזם בכלל. די קריגערײַ פֿילט זיך אַפֿילו אויף די ייִדישע קינאָ־פֿעסטיוואַלן און אין די לעקציעס פֿונעם קלוב „הלל‟, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אינעם קאָנגרעס־בנין.
איין גאָר כאַראַקטעריסטישע מעשׂה איז נישט לאַנג צוריק פֿאָרגעקומען אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס. דער רעפּובליקאַנער רעפּרעזענטאַנט סטיוו קינג פֿונעם שטאַט אײַאָווע — דווקא נישט קיין ייִד — האָט באַשולדיקט זײַן דעמאָקראַטישן קאָלעגע, סטיוו ישׂראל פֿון ניו־יאָרק, אינעם שטיצן זײַן פּאַרטיי מער, ווי דאָס לאַנד, וואָס טראָגט זײַן נאָמען. בעת אַ ראַדיאָ־אינטערוויו, דעם 20סטן מאַרץ, האָט קינג געטענהט, אַז אַ ליבעראַלער ייִד מוז זײַן לאָיאַל צו דער ייִדישער מלוכה, און ערשט דערנאָך טראַכטן וועגן דער דעמאָקראַטישער פּאָליטיק. ישׂראל — דער מענטש — האָט אויף דעם פּשוט געענטפֿערט מיט אַ ייִדיש וואָרט, אַז קינג איז אַ „משוגענער‟.
הײַנט זענען מיר טיף אַרײַנגעקראָכן אין אַן אומגלויבלעכן מצבֿ. אַמאָל, ווען עמעצער האָט באַשולדיקט די ייִדישע קהילה אין אַ טאָפּלטער לאָיאַליטעט, האָט מען געמיינט ישׂראל צי אַן אַנדער אויסלענדישן כּוח. הײַנט ווערן די אַמעריקאַנער ייִדן באַשולדיקט אין דעם, וואָס זיי בלײַבן געטרײַע בירגער און ווילן זיך נישט אָפּזאָגן לטובֿת ישׂראל פֿון זייער איבערגעגעבנקייט צו די אַמעריקאַנער דעמאָקראַטישע ווערטן.
די פּראָ־ליבעראַלע שטימונגען צווישן ייִדן אין אַמעריקע האָבן אַ לאַנגע טראַדיציע. אַ טייל היסטאָריקער מיינען, אַז זיי שטאַמען נאָך פֿון דער תּקופֿה, ווען די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד האָבן מיטגעבראַכט פֿון דער אַלטער היים די ראַדיקאַל־לינקע פּאָליטישע ירושה. צוליב דעם דרוק מצד ישׂראל, קאָן אָבער די היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדן און ליבעראַליזם קאַליע ווערן. לויט דעם חשבון פֿונעם דעמאָגראַפֿישן פֿאָרש־אינסטיטוט „פּיו‟, פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 7טן אַפּריל, ווײַזט זיך טאַקע אַרויס אַזאַ טענדענץ. הגם 61 פּראָצענט ייִדן שטיצן נאָך אַלץ די דעמאָקראַטן, איז די פּאָפּולאַריטעט פֿון די רעפּובליקאַנער אויפֿגעשפּרונגען צווישן זיי, במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר, פֿון 9 ביז 30 פּראָצענט. דער איינציקער דעמאָקראַטישער פּרעזידענט, וואָס האָט געוווּנען ווייניקער ווי 60 פּראָצענט ייִדישע שטימען — זינט 1928 — איז געווען דזשימי קאַרטער; דאָס איז געשען מיט 35 יאָר צוריק.
די היסטאָרישע טענדענצן בײַט זיך, אַוודאי, מיט דער צײַט. דערווײַל זעט אָבער אויס, אַז די דעמאָגראַטישע שטימונגען בײַ ייִדן בלײַבן נאָך אַלץ פֿעסט, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די ווינטן פֿון ישׂראל און די רעפּובליקאַנער קרײַזן פּרוּוון זיי צעשאָקלען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.