(די 2 טע זײַט פֿון 2)
העכער 250 פּערזאָן זײַנען בײַגעװען אױף צװײ חורבן־אַקאַדעמיעס, װעלכע זײַנען פֿאָרגעקומען אין דער שטאַט קװינסלאַנד, אין װײַטן צפֿון פֿון אױסטראַליע. די אַקאַדעמיעס זײַנען פֿאָרגעקומען אין דער הױפּט־שטאָט, בריזבײן, און אינעם „גאָלד קאָוסט”.
250 פּערזאָן זײַנען בײַגעװען אױף דעם געזעגענונגס־אָװנט פֿאַרן לאָקאַלן „מיזרחי” הױפּט־רבֿ, הרבֿ יעקבֿ ספּרונג. ער איז געקומען קײן אױסטראַליע אין 2005. ער האָט אױך געדינט װי דער רבֿ המכשיר פֿונעם מעלבורנער עירובֿ. די ספּרונג־משפּחה פֿאָרט צוריק קײן אַמעריקע. די “מיזרחי”־מתפּללים האָבן אָפּגעשטימט אין נאָװעמבער 2014 נישט צו באַנײַען הרבֿ ספּרונגס קאָנטראַקט.
אָרגאָניזאַציעס אין מעלבורן און אין סידנעי פֿון ייִדישע האָמאָסעקסואַליסטן, לעזביאַנקעס, בײַ־סעקסואַליסטן, טראַנס־מין און אינטער־מין ייִדן זײַנען זיך צונױפֿגעקומען צו אָרגאַניזירן אַ סוף־װאָך פֿאַר זײערע מיטגלידער, װאָס װעט פֿאָרקומען אין מעלבורן. דער ציל פֿון דער אונטערנעמונג איז צונױפֿצוברענגען זײערע מיטגלידער מיט אַנדערע ייִדן.
צװײ מאַנשאַפֿטן פֿון מעלבורנער ייִדישע מיטלשול־תּלמידים און תּלמידות זײַנען געפֿאָרן קײן סידנעי, כּדי אָנטײלצונעמען אינעם ערשטן אױסטראַלישן ראָבאָטיק־פֿאַרמעסט. אײנע פֿון די מאַנשאַפֿטן איז פּרעמירט געװאָרן פֿאַר איר פּראָגרעס במשך פֿונעם פֿאַרמעסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.