זינט די גרעסטע צדקה־אָרגאַניזאַציע פֿאַר דער שארית־הפּליטה האָט אַנטדעקט אַ ריזיקן שווינדל דורכגעפֿירט דורך איר אייגענעם פּערסאָנאַל, האָבן די פֿירער פֿון דער אָרגאַניזאַציע געטענהט, אַז די דײַטשע שטײַער־צאָלער — און נישט די לעבן געבליבענע פֿון חורבן — זאָלן דעקן דעם בלויז.
אָבער אַ בריוו, וואָס דער Forward האָט לעצטנס אַנטדעקט, גיט אָנצוהערן, אַז די פּאָליטיקער פֿונעם דײַטשן פּאַרלאַמענט ווילן, אַז דווקא די „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟ זאָל קאָמפּענסירן די 57 מיליאָן דאָלאַר, וואָס זי האָט אָנגעוווירן.
אינעם בריוו פֿון דעצעמבער 2014, האָט מאַטיאַס האַס, פֿונעם דײַטשישן פֿינאַנץ־מיניסטעריום, באַטאָנט, אַז דײַטשלאַנד פֿאָדערט, אַז די „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟ זאָל „קאָמפּענסירן דעם פֿינאַנציעלן היזק, צוליב דעם שווינדל‟.
אין דער צײַט, ווען דער בריוו איז אָנגעשריבן געוואָרן, האָט די „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟ געהאַלטן בײַם עפֿענען אַ נײַעם פֿאָנד פֿון 175 מיליאָן אייראָ ($186 מיליאָן) לטובֿת מעדיצינישער שטיצע פֿאַר מענטשן, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן ווי קינדער. די „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟ האָט געזאָלט באַזאָרגן 54 מיליאָן אייראָ (57 מיליאָן דאָלאַר), און די דײַטשישע רעגירונג האָט געזאָלט דעקן דאָס איבעריקע.
הילאַרי קעסלער־גאָדין, אַ וואָרטזאָגערין פֿאַר דער „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟, האָט באַשטעטיקט, אַז די צדקה־אָרגאַניזאַציע האָט באַקומען דעם בריוו, וווּ עס שטייט, אַז „די 54 מיליאָן אייראָ דאַרף באַצייכנט ווערן ווי אַ פֿינאַנציעלער בײַשטײַער צו דעקן דעם פֿאַרלוסט צוליב דעם שווינדל‟.
קעסלער־גאָרדין האָט אָבער געטענהט, אַז די „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟ האָט שוין געזאָגט דער דײַטשער רעגירונג, אַז „די 54 מיליאָן אייראָ איז געווען אַ באַזונדערער בײַשטײַער לטובֿת דעם ׳פֿאָנד פֿאַר די שארית־הפּליטה־קינדער׳.‟
זי האָט נישט געזאָגט ווען, ווי אַזוי אָדער צי די „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟ וועט בכלל קאָמפּענסירן דער דײַטשישער רעגירונג די 54 מיליאָן אייראָ, ווי עס פֿאָדערט דער דײַטשער פּאַרלאַמענט.
אַנדרו בייקער, אַ לאַנג־יאָריקער מיטגליד פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟, האָט געזאָגט, אַז ער האָט בכלל נישט געהערט, אַז דײַטשלאַנד זוכט קאָמפּענסאַציע פֿאַרן שווינדל. בייקער האָט זיך באַטייליקט אין די פֿאַרהאַנדלונגען מיט דײַטשלאַנד פֿאַראַיאָרן זומער, ווען מע האָט צונויפֿגעשטעלט דעם „פֿאָנד פֿאַר די שארית־הפּליטה־קינדער‟.
„איך קען אײַך זיכער זאָגן, אַז במשך פֿון יענע פֿאַרהאַנדלונגען, האָט מען בכלל נישט דערמאָנט דעם ענין, אַז די ׳תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ׳ זאָל קאָמפּענסירן דײַטשלאַנד פֿאַרן געלט פֿאַרלוירן דורכן שווינדל,‟ האָט ער געזאָגט.
די מחלוקת איבער קאָמפּענסאַציע איז דער נײַסטער קנייטש אין אַ דראַמע, וואָס האָט פֿאַרוויקלט די צדקה־אָרגאַניזאַציע זינט 2009, ווען הויכע באַאַמטע פֿון דער „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟ האָבן איבערגעגעבן דער „עף־בי־אײַ‟ געוויסע באַווײַזן, אַז זייערע אייגענע אָנגעשטעלטע שטעלן אויס פֿאַלשע תּבֿיעות.
נאָך אַן אינטענסיווער אויספֿאָרשונג, האָט מען אַנטדעקט אַ ריזיקן שווינדל דורכגעפֿירט דורך אַ צאָל רוסיש־רעדנדיקע אַרבעטער, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן נאָך אין 1993. די אַרבעטער האָבן גענומען הונדערטער טויזנטער דאָלאַר שמירגעלט פֿאַר אויסשטעלן פֿאַלשע תּבֿיעות פֿאַר טויזנטער מיטהעלפֿער אין דער רוסיש־רעדנדיקער ייִדישער קהילה. צום סוף, האָבן 31 מענטשן, אַרײַנגערעכנט 10 געוועזענע אָנגעשטעלטע פֿון דער „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟, זיך דערקלערט שולדיק אָדער זענען פֿאַרמישפּט געוואָרן אינעם שווינדל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.