די באַדינער פֿון די עלטערע לײַט

The Caretakers of the Elderly


פֿון טעאַ גלאַסמאַן (Forward)

Published April 21, 2015, issue of May 15, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

נישט געקוקט אויף די פּראָבלעמען מיט דער באַדינונג־סיסטעם, האָט פֿישל זיך באַמיט אינעם פֿילם צו שילדערן רירנדיקע מאָמענטן צווישן די עלטערע לײַט און זייערע אויפֿפּאַסער. „מענטשן פֿרעגן מיך די גאַנצע צײַט, צי איז דאָס נישט געווען אַ דעפּרימירנדיקע איבערלעבונג?‟ האָט פֿישל געזאָגט. „אָבער איך האַלט, אַז די באַציִונגען צווישן די משפּחות און די אַרבעטער זענען אַזוי מענטשלעך און אינספּירירנדיק.‟

איינער פֿון די גרעסטע השפּעות בשעת זי האָט געמאַכט דעם פֿילם איז געווען דער פֿילם „אַמור‟, וועגן אַ מאַן, וואָס פּאַסט אויף אויף זײַן פֿרוי, נאָך דעם ווי זי האָט געליטן פֿון אַ מוח־אַטאַק.

„פֿאַר יענעם פֿילם האָב איך נאָך קיין מאָל נישט געזען ווי איינער פּאַסט אויף אויף אַ דערוואַקסענעם אויף אַזאַ אינטימען אופֿן,‟ האָט זי געזאָגט. „אויב ס׳איז טאַקע אמת, אַז אַזוינע זאַכן קומען איצט פֿאָר איבערן גאַנצן לאַנד, פֿאַר וואָס זשע איז אַזאַ סצענע דעם ברייטן עולם אַזוי אומבאַקאַנט?‟

פֿישל פֿאַרשטייט, אַז געוויסע מאָמענטן אינעם פֿילם — בפֿרט דאָרט, וווּ די אויפֿפּאַסער באָדן און טוען אָן די עלטערע מענער און פֿרויען — שאַפֿט אומבאַקוועמלעכקייט בײַ געוויסע צוקוקער, האַלט זי, אַז ס׳וועט זיי נישט שאַטן עס צו זען; דאָס איז דאָך אַ טייל פֿונעם לעבן.

„מיר זענען פּונקט ווי זיי,‟ האָט זי באַמערקט. „כ׳האָב געוואָלט ווײַזן, אַז מע קען פֿאָרט געפֿינען אַ ביסל מענטשלעכקייט אין דער משוגענער וועלט.‟