אונדזער „פֿאָרווערטס‟ ציילט די טעג אָפּ זײַן 118טן געבוירן־טאָג. וויפֿל לעבט אַ צײַטונג, בפֿרט אַ ייִדישע צײַטונג? דער ענטפֿער איז: כּל־זמן די לייענערשאַפֿט נייטיקט זיך אין איר. אין אַ היסטאָרישן אַספּעקט האָבן די דורות לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ איבערגעלעבט שווערע צײַטן: די פּאָגראָמען אין רוסלאַנד און די „גרויסע דעפּרעסיע‟ אין אַמעריקע, די ערשטע וועלט־מלחמה און די פּאָגראָמען אין אוקראַיִנע, די צווייטע וועלט־מלחמה און די מלחמה פֿאַר ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט, די מלחמה אין קאָרעע און די מלחמה אין וויעטנאַם, די זעקס־טאָגיקע מלחמה און די יום־כּיפּור־מלחמה, די מלחמה אין אַפֿגאַניסטאַן און אין איראַק, און אויב ס‘איז ווייניק — גייט און באַגלייט אונדז אויף שריט און טריט די מלחמה פֿון וועלט־טעראָריזם…
די פּאַפּירענע זײַטן, באַקרוינט מיטן באַקאַנטן ייִדישן לאָגאָטיפּ „פֿאָרווערטס‟, האָבן געטראָגן דעם לייענער אַ סך האָפֿענונגען, גוטע בשׂורות, עכטע ליטעראַרישע ווערק, באַלערנדיקע ידיעות, דערצויגן אים סײַ אין גײַסט פֿון וועלטלעכן ייִדישיזם און סײַ אין טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט…
וועט איר זאָגן, דאָס איז אַלץ געבליבן אינעם אַמאָל, ווי די ייִדישע אותיות, פֿאַרשטיינערט אויפֿן אַלטן בנין פֿון „פֿאָרווערטס‟; ער שטייט נאָך אַלץ שטאָלץ אויפֿן זעלבן אָרט, אין „לאָוער איסט־סײַד‟, און הערט זיך צו צום כינעזישן לשון אַרום אים… און דער זייגער אויבנאָן ציילט אָפּ די צײַט.
יאָ, דער „פֿאָרווערטס‟ האָט זיך פֿון אָנהייב אָן צוגעהערט צום גאַנג פֿון צײַט. און אויב אונדזערע אָבֿות האָבן געטרוימט, אַז די מיליאָניקע כוואַליע פֿון גרינע ייִדישע אימיגראַנטן פֿון אייראָפּע זאָלן וואָס גיכער אויסגעשטעמפּלט ווערן אין עכטע אַמעריקאַנער, איז אונדזער אויפֿגאַבע הײַנט אָפּצוהיטן און אויפֿצוהאַלטן די קליינע מחנה אָנהענגער פֿון מאַמע־לשון סײַ אין אַמעריקע און סײַ איבער דער וועלט.
אין די לעצטע יאָרן האָט די עלעקטראָנישע צײַטונגוועזן ממשותדיק דערשטיקט די טראַדיציאָנעלע פּאַפּירענע אויסגאַבעס. פֿאַרן הײַנטיקן ייִדישן לייענער האָט די עלעקטראָנישע רעוואָלוציע אַנטפּלעקט פֿאַר ייִדיש ברייטע האָריזאָנטן צום גוטן. דער הײַנטיקער טעגלעכער „פֿאָרווערטס‟ אין זײַן עלעקטראָנישן מלבוש רעדט, קודם־כּל, צום ייִנגערן דור ייִדיש לייענער; צו די, וועלכע פֿאַרשטייען די וויכטיקייט פֿון נאַציאָנאַלער מאָטיוואַציע, צו זײַן גײַסטיק אָנגעקניפּט אין די פֿאַרגאַנגענע דורות — אין זייערע קולטורעלע ווערטן, כּדי צו פֿאַרהיטן זיך ווי אַ פֿולבלוטיקע עדה. דאָס מיינט לחלוטין נישט, זיך אײַנקלאַמערן און זיך האַלטן נאָר אינעם נעכטן, זיך פּאַסמאַקעווען מיט און זיפֿצן נאָכן עבֿר. די געשיכטע פֿון „פֿאָרווערטס‟ איז אונדזער יסוד, אויף וועלכן מיר שפּאַרן זיך אָן צו גיין ווײַטער. דעריבער דראָט נישט דעם דור פֿון הײַנטיקע „פֿאָרווערטס‟־לייענער קיין סכּנה צעשמאָלצן ווערן אין דער שטײַגנדיקער אַסימילאַציע פֿון דעם אַמעריקאַנער ייִדנטום.
דער הײַנטיקער ייִדיש אין אונדזער צײַטונג דרוקט זיך אויס אויף אַלע אופֿנים פֿון דעם עלעקטראָנישן סאָציאַלן מעדיאַ: מיר „פֿייסבוקן‟ זיך און „טוויטשען‟; פֿאַראַיאָרן, למשל, האָט מען דורכן „פֿייסבוק‟ באַזוכט אונדזער וועבזײַט 36,162 מאָל, און דעם „טוויטער — 18,747 מאָל. דער נײַגעריקער ייִד וועט אַוודאי פֿרעגן: ס‘איז אַ סך אָדער ווייניק? אינעם ריזיקן אָקעאַן בלע״ז, אויף וועלכן עס דערשײַנען עלעקטראָנישע טעגלעכע אויסגאַבעס בײַ ייִדן איבער דער וועלט, איז עס מסתּמא אַ טראָפּן; אָבער אָט דער ייִדיש טראָפּן גיט צו אַן עכטן נאַציאָנאַלן טעם, מיט וועלכן עס קוויקן זיך אונדזערע לייענער.
די מאָדערנע עלעקטראָנישע מיטלען פֿאָדערן אַ נײַעם מאָדערנעם צוגאַנג צו דער ייִדישער זשורנאַליסטיק. די טעגלעכע וועבזײַט „פֿאָרווערטס‟ איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ גאַנצן פּאָרטאַל, ווי מע זאָגט הײַנט, מיט ראַדיאָ־רעפּאָרטאַזשן פֿון איבער דער וועלט, מיט אַ ווידעאָ־קאַנאַל, אָנגעזעטיקט מיט פֿאַרשיידענע פּראָגראַמען; מיט צוויי בײַלאַגעס „עונג־שבת‟ און „ווײַטער‟, וווּ עס פּרוּוון אויס זייער שאַפֿערישן טאַלאַנט גאָר יונגע מענטשן, דער מאָרגן פֿון ייִדיש; מיר זוכן פּאָזיטיווע פֿאַרבינדונגען מיט דער פֿרומער וועלט, דורך אונדזער בלאָג „אידיש מיט אן אלף‟; עס ווערט כּסדר אָפּגעפֿרישט מיט נײַע ווערק פֿון ייִדישע שרײַבער דער ליטעראַרישער אַלמאַנאַך „פּענשאַפֿט‟. מיר קאָנען זיך באַרימען, אַז אין „פֿאָרווערטס‟, ווי אין אַלע זײַנע צײַטן, דרוקן זיך די בעסטע ייִדישע פּענמענטשן, ווי אויך מומחים פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור.
אַ באַזונדער יישר־כּוח קומט די געציילטע מיטאַרבעטער פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע, וואָס יעדער פֿון זיי מוז זײַן נישט בלויז אַ שרײַבער, נאָר אויך אַ קאָרעקטאָר, פּראָדוצירער פֿון ווידעאָ־פּראָגראַמען, אַ פֿאַרמיטלער צווישן דער צײַטונג און סאָציאַלער מעדיאַ, צוגרייטן און אַרויסלאָזן די צוויי בײַלאַגעס, פֿירן זײַן אייגענעם בלאָג… מיט איין וואָרט, זײַן, ווי מע זאָגט, וואָס אין דער קאָרט!
ייִדיש איז געוואָרן אַ שפּראַך נישט נאָר פֿון ייִדן. דורך ייִדיש באַמיִען זיך מענטשן פֿון אַנדערע פֿעלקער בעסער צו פֿאַרשטיין זייער געשיכטע, זייערע אייגענע שפּראַכן און אונדזערע נאַציאָנאַלע אוצרות. דעריבער איז נישט צו חידושן זיך, וואָס צווישן די לייענער פֿון אונדזער אויסגאַבע טרעפֿן זיך סאַמעראָדנע רוסן, אוקראַיִנער, ווײַסרוסן, פּאָליאַקן, דײַטשן, פֿינלענדער, איטאַליענער, פֿראַנצויזן, יאַפּאַנער, כינעזער וכּדומה.
מיר גייען אויך ווײַטער אָן מיט דער פּאַפּירענער צײַטונג; און דער גרעסטער טייל אַרטיקלען, וואָס ווערן אַרויפֿגעשטעלט אויף דער וועבזײַט במשך פֿון צוויי וואָכן ווערן אָפּגעדרוקט אויף אירע זײַטן. און ווי מיט 118 יאָר צוריק, אַזוי אויך הײַנט פֿרייט דאָס אויג דער טראַדיציאָנעלער לאָגאָטיפּ „פֿאָרווערטס‟ — נאַטירלעך, נישט נאָכגעקרימט, מיט די זעלבע אותיות, מיט וועלכע עס זײַנען פֿאַראייביקט געוואָרן די שענסטע מוסטערן פֿון אונדזער גײַסטיקער ירושה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.