דער נסתּרס לעצטער יאָרצענדליק

Der Nister's Last Decade

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published April 22, 2015, issue of May 15, 2015.

דער נסתּר
דער נסתּר

דער פֿרישער אױפֿשװוּנג פֿון אינטערעס צו דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור ברענגט אונטער אַ נײַעם קריטישן שפּאַקטיװ די פֿאַרגעסענע סאָװעטישע חורבן־ליטעראַטור, בפֿרט פֿון אַזעלכע מײַסטערס, װי דער נסתּר און דוד בערגעלסאָן.

דער נסתּרס ליטעראַרישע קאַריערע האָט געדױערט בסך־הכּל אַרום פֿערציק יאָר. דער גאַנצער פּעריאָד לאָזט זיך טײלן אויף פֿיר יאָרצענדליק־אָפּשניטן. דער ערשטער, דער קיִעװער אָפּשניט, האָט זיך געענדיקט מיט דער באָלשעװיזירונג פֿון דער „קולטור־ליגע‟ אין 1920. דערנאָך הײבט זיך אָן די צײַט פֿון נע־ונד — פֿון קיִעװ קײן מאָסקװע, װײַטער קײן בערלין און האַמבורג, און צוריק אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אין משך פֿון די דאָזיקע צען יאָר האָט דער נסתּר געשאַפֿן זײַנע װיכטיקסטע סימבאָליסטישע װערק, װאָס האָבן אים קונה־שם געװען װי אײנער פֿון די סאַמע סודותדיקע און קאָמפּליצירטע ייִדישע שרײַבער.

אין 1929 האָט די סאָװעטישע פּראָלעטאַרישע קריטיק שאַרף אַטאַקירט דער נסתּרס זאַמלונג „געדאַכט‟, און ער האָט געמוזט בײַטן זײַן נוסח פֿון שרײַבן. פֿון שלא לשמה באה לשמה, און אין צען יאָר אַרום, ערבֿ דער צװײטער װעלט־מלחמה, איז אין מאָסקװע אַרױס דער ערשטער טײל פֿונעם ראָמאַן „די משפּחה מאַשבער‟. דער סאָװעטישער קריטיקער אַהרן גורשטײן האָט באַטאָנט אין זײַן רעצענזיע: „צי דער מחבר װיל, צי ניט, אָבער דער ראָמאַן איז אַרױס אַ היסטאָרישער!‟ אָבער דער מחבר אַלײן איז טאַקע ניט געװען מסכּים מיט אַזאַ מין אָפּשאַצונג. אין אַ פּריװאַטן בריװ צו גורשטײן האָט דער נסתּר דערװידערט: „ס׳איז קײן אײן היסטאָרישע פֿיגור ניטאָ. ס׳איז נאָר דאָ היסטאָרישע לופֿט, קאָלאָריט.‟

די פֿאָרשער האָבן באַמערקט, אַז געװיסע היסטאָרישע געשעענישן זײַנען פֿאָרגעשטעלט אין „די משפּחה מאַשבער‟ ניט אַקוראַט פֿונעם היסטאָרישן שטאַנדפּונקט, און די מאָדערנע כאַראַקטערן פֿון די העלדן געהערן ניט צו דער צײַט פֿון דער דערצײלונג. אַװדאי, איז דאָס ניט קײן חסרון פֿונעם ליטעראַרישן שטאַנדפּונקט, װײַל יעדער שרײַבער איז פֿרײַ צו באַגײן זיך מיט זײַן שטאָף װי ער װיל. אָבער דער נסתּרס װערטער גיבן דעם לײענער אַ שליסל אױסצוטײַטשן זײַן שעפֿערישן מעטאָד. די רעאַלע געשיכטע איז פֿאַר אים געװען אַ הינטערגרונט, אַ מין דעקאָראַציע צו אַנטפּלעקן די טיפֿערע פּסיכאָלאָגישע און גײַסטלעכע װעלטן פֿון זײַנע העלדן, װאָס זײַנען געווען זײַנע אײגענע מיטצײַטלער.

אַזאַ מין צוגאַנג לאָזט בעסער צו פֿאַרשטײן דער נסתּרס חורבן־געשיכטעס. עס איז כּדאַי אָפּצומערקן, אַז אין זײַנע בריװ צו גורשטײן אין משך פֿון 1939-1941 דערמאָנט דער נסתּר מיט קײן װאָרט ניט די געשעענישן, װאָס קומען פֿאָר אױף יענער זײַט פֿון דער סאָװעטיש־פּױלישער גרענעץ. ערשט מיט אַ יאָר שפּעטער, אין דער עװאַקואַציע אין טאַשקענט, זײַנען צו אים דערגאַנגען די ידיעות װעגן נאַציסטישע רציחות. אױפֿן סמך פֿון יענע ידיעות פֿון פּױלישע פּליטים האָט ער אָנגעשריבן דרײַ דערצײלונגען, װאָס זײַנען אַרױס אין מאָסקװע אין 1943 אינעם ביכל „קאָרבאָנעס‟. יעדע געשיכטע האָט געהאַט אַן אונטערטיטל, „װעגן אײנעם אַ פֿאַל אינעם איצטיקן אָקופּירטן פּױלן‟.

די דאָזיקע דערצײלונגען זײַנען אױך געדרוקט געװאָרן אין ניו־יאָרק. אינעם העלד פֿון דער דערצײלונג „מײער לאַנדשאַפֿט‟ האָט נחמן מײַזיל דערקענט זײַן טאַטן. מײַזיל, צו יענער צײַט דער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „ייִדישע קולטור‟, איז געװען דער נסתּרס אַלטער חבֿר פֿון קיִעװ, און דער נסתּר איז געװען גוט באַקאַנט מיט זײַן משפּחה. דער נסתּרס ענטפֿער צו מײַזילן איז גאַנץ אינטערעסאַנט: „פֿאַרשטענדלעך, אַז כ׳האָב דאָ געהאַט אין זין בלױז די עמיציע, די אױסשטראַלונג פֿון די פּערזאָנען‟. װידער לאָזט דער נסתּר צו פֿאַרשטײן, אַז דאָס װיכטיקסטע אינעם כאַראַקטער איז פֿאַר אים דער אינעװײניקסטער עצם, װאָס האָט אַ קנאַפּן שײַכות מיט דער אַרומיקער װירקלעכקײט.

פּונקט װי אײניקע כאַראַקטערן אין „די משפּחה מאַשבער‟, איז אָט דער מײער לאַנדשאַפֿט אױך אַן אַנאַכראָניסטישע פֿיגור. פֿאַר דער נסתּר, װי פֿאַר אַנדערע סאָװעטישע ייִדישע קינסטלער און פֿאָרשער, איז פּױלן געװען אַ לאַנד, װאָס האָט געלעבט אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט. דאָ האָבן נאָך אַלץ געװױנט אַלטהײמישע ייִדן, װאָס האָבן זיך געהאַלטן בײַ אַלטע מינהגים. עס איז ניט קײן חידוש, אַז דער נסתּר האָט געשילדערט דאָס ייִדישע לעבן אינעם „איצטיקן אָקופּירטן פּױלן‟ לױט דעם, װי ער האָט עס געדענקט פֿון זײַן יוגנט, פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה. דערפֿאַר האָט ער גענומען מײַזילס פֿאָטער ווי אַ מוסטער פֿאַר זײַן העלד.

פֿאַר דער נסתּר האָבן די רעאַלע היסטאָרישע פֿאַקטן און אומשטאַנדן ניט געשפּילט קײן מכריעדיקע ראָלע. דער עיקר, איז פֿאַר אים געװען דער אינעװײניקסטער מהות פֿון זײַנע געשטאַלטן. אין זײַן „בריװ צו דוד בערגעלסאָן‟ (1940) האָט ער דערקלערט זײַן קינסטלערישן אַני־מאמין: דער שרײַבער דאַרף זײַן „דער פֿאָלקס־עדות‟, װאָס זאָל אַרױסגראָבן „פֿון זײַנע טיפֿסטע איניקסטע אוצרות‟ אַלץ, װאָס „דאָס פֿאָלק האָט אין יענעם פּעריאָד געטראָפֿן‟. דעם שרײַבערס שליחות איז צו געבן דעם פֿאָלק אַ „געטרײַען שפּיגל‟ פֿאַר אַלע מעלות און חסרונות זײַנע.

דער לעצטער יאָרצענדליק פֿון דער נסתּרס שעפֿערישן לעבן איידער ער איז אַרעסטירט געוואָרן אין 1949, איז געװען די צײַט פֿון גרױסע דערפֿאָלגן און ריזיקע אומגליקן. ער האָט געפֿילט אױף זיך דאָס אַחריות פֿאַרן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און געזוכט פּאַסיקע קינסטלערישע מיטלען אױסצודריקן זײַנע געפֿילן. דאָס איז ניט געװען קײן לײַכטער אױפֿטו פֿאַר אַ שרײַבער, װאָס איז בטבֿע געװען װײַט פֿון כּלל־ענינים און האָט זיך געהאַלטן בײַ דער זײַט פֿון געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקײט. ער האָט געשעפּט זײַנע געשטאַלטן פֿון די „טיפֿסטע איניקסטע אוצרות‟ פֿון זײַן מעכטיקן שעפֿערישן כּוח־הדמיון, און באַקלײדט זײ אין די בגדים פֿון זײַן תּקופֿה.

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: דער ניסתּר וועגן זײַן לעבן און זײַן ראָמאַן “משפּחה מאַשבער”)