אַנטשולדיקונג פֿאַר פּוילן

An Apology to Poland

דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין פּוילן, סטיווען מאָל
wiadomosci.wp.pl
דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין פּוילן, סטיווען מאָל

Published April 22, 2015, issue of May 15, 2015.

דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין פּוילן האָט מאָנטיק זיך אַנטשולדיקט צוליב די קאָמענטאַרן פֿונעם „עף־בי־אײַ‟־דירעקטאָר, אַז די פּאָליאַקן זענען געווען קאָלאַבאָראַטאָרן אינעם חורבן.

דער אַמבאַסאַדאָר, סטיווען מאָל, האָט דערקלערט, אַז דער „עף־בי־אײַ‟־דירעקטאָר דשיימס קאָמי האָט נישט גערעדט אין נאָמען פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג, ווען ער האָט באַשולדיקט די פּאָליאַקן און אונגאַרן אין קאָלאַבאָרירן מיט די נאַצי־אַכזריותן, בעת אַ רעדע דעם 14טן אַפּריל אויף אַ בענעפֿיט לטובֿת דעם אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן, האָט „פֿאַקס ניוס‟ איבערגעגעבן. קאָמיס רעדע איז אויך פּובליקירט געוואָרן אינעם „וואַשינגטאָן פּאָסט‟ דעם 16טן אַפּריל, אונטערן קעפּל: „פֿאַר וואָס איך פֿאָדער בײַ די ׳עף־בי־אײַ׳־אַגענטן צו באַזוכן דעם חורבן־מוזיי‟.

„ס׳איז אַ טעות און אַ באַליידיקונג צו זאָגן, אַז פּוילן אָדער אַן אַנדער לאַנד, אַחוץ נאַצי־דײַטשלאַנד, טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן חורבן,‟ האָט מאָל געזאָגט מאָנטיק.

קאָמיס רעדע האָט אַרויסגערופֿן אַ פּראָטעסט בײַם פּוילישן אויסערן־מיניסטעריום, וואָס האָט זונטיק געפֿאָדערט אַן אַנטשולדיקונג. „אַזאַ דערקלערונג איז אַ באַליידיקונג פֿאַר די פּאָליאַקן און פֿאַרן אָנדענק פֿון די קרבנות פֿון דער נאַצי־אָקופּאַציע, און ווײַזט אַרויס אַ טיפֿע עם־הארצות וועגן יענער תּקופֿה,‟ האָט דער פּוילישער אַמבאַסאַדאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, רישאַרד שנעפּף, באַמערקט, צוגעבנדיק, אַז קאָמי „באַשולדיקט די פּאָליאַקן פֿון דורכפֿירן פֿאַרברעכנס, וואָס נישט בלויז זענען זיי די פֿאַרברעכנס נישט באַגאַנגענען, נאָר וואָס זיי זענען אַליין געווען קרבנות דערפֿון.‟

דער אונגערישער אויסערן־מיניסטעריום האָט אויך קריטיקירט די באַמערקונגען אין אַ בריוו צו דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין בודאַפּעשט.

אונגערן „וואַרפֿט אָפּ אַלע סטערעאָטיפּן און באַשולדיקונגען קעגן אונגערן און דעם אונגערישן פֿאָלק,‟ האָט דער אויסערן־מיניסטעריום אין בודאַפּעשט געשריבן אין אַ בליצבריוו מאָנטיק. „קאָמיס באַמערקונגען ווײַזן אַרויס אַן אומגלייבלעכע אומסענסיטיווקייט.‟