פֿונעם ישׂראלדיקן קאָנטראָל־פּונקט „אַל כאַמראַ‟, אינעם ירדן־טאָל, קען מען גוט זען די רויטע ערד אין די פֿאַרמען פֿונעם פּאַלעסטינער דאָרף פֿרוש־בייט־דאַדזשאַן. נישט געקוקט אויף דער געוויינטלעכער עטנישער, רעליגיעזער און געאָגראַפֿישער שפּאַנונג צווישן די פּאַלעסטינער און די ישׂראלים, קומט אויף יענע פֿאַרמען פֿאָר, זינט אָקטאָבער אָן, אַ יאָר־לאַנגע טראַנזאַקציע צווישן די פּאַלעסטינער פֿאַרמער און חרדישע ייִדן.
די סיבה פֿאַר דעם משׂא־ומתן איז, אַז דאָס איצטיקע ייִדישע יאָר לויטן לוח — 5775 — איז אַ שמיטה־יאָר. לויט דער תּורה, מוזן ייִדישע פֿאַרמער אין ארץ־ישׂראל יעדע זיבן יאָר אָפּלאָזן זייער ערדאַרבעט במשך פֿונעם גאַנצן יאָר. דאָס זיבעטע יאָר פֿון רו שפּיגלט אָפּ די ייִדישע אַרבעט־וואָך, וואָס ענדיקט זיך אויך מיט אַ טאָג פֿון רו.
ס׳רובֿ ייִדן אין ישׂראל האָבן שוין געפֿונען אַן אויסוועג, זיך אַרויסצודרייען פֿון אַזאַ שוועריקייט. בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט דער ציוניסטישער רבֿ אַבֿרהם־יצחק קוק געפּסקנט, אַז די ייִדישע פֿאַרמער קענען „פֿאַרקויפֿן‟ זייער אייגנטום צו די נישט־ייִדן אויפֿן יאָר, און דערנאָך צוריקבאַקומען. דער אויסוועג, וואָס הייסט אַ היתּר מכירה, טוט מען ביזן הײַנטיקן טאָג אין ישׂראל. הײַיאָר האָבן טויזנטער ישׂראלדיקע פֿאַרמער פֿאַרקויפֿט זייער אייגנטום צו דער רעגירונג, וואָס האָט עס דערנאָך פֿאַרקויפֿט צו אַ 25־יאָריקן עולה, דזשאָרדזש שטרײַכמאַן, און דערבײַ געמאַכט אים פֿאַר איינעם פֿון די גרעסטע ערד־פֿאַרמאָגער אין ישׂראל — אָבער בלויז אויף איין יאָר. הגם שטרײַכמאַן שטאַמט פֿון ייִדן, איז ער נישט קיין ייִד לויטן דין.
אַ דאַנק שטרײַכמאַנען, מעגן די ייִדישע פֿאַרם־אַרבעטער אין ישׂראל ווײַטער באַאַרבעטן די ערד בעת דעם שמיטה־יאָר. אָבער געוויסע זאַכן, ווי פֿאַרפֿלאַנצן זוימען, טאָרן זיי נישט. אַזאַ אַרבעט טוען די אויסלענדישע אַרבעטער, וועלכע באַטרעפֿן הײַנט סײַ־ווי דעם גרעסטן חלק פֿון די פֿאַרם־אַרבעטער אין ישׂראל.
בײַ די חרדים זענען די „היתּר־מכירה‟־פֿאַרמען אַ לעגאַלע פֿיקציע, וואָס נעמט נישט טאַקע אַרויס די פֿאַרמען פֿון ייִדישע הענט. זיי טענהן, אַז אויב דער פֿאַרקויף פֿון די פֿאַרמען איז טאַקע באַצייכנט ווי אַ לעגאַלע טראַנזאַקציע, איז עס אַ חטא מדאורײַתא — אַ זינד, וואָס איז בולט אָנגעשריבן אין דער תּורה: מע טאָר נישט פֿאַרקויפֿן ייִדישע ערד אין ישׂראל צו נישט־ייִדן.
בײַ די פּאַלעסטינער איז שמיטה, אַוודאי, אַ גרויסע שפֿע. „ס׳איז אַ גוטע געלעגנהייט צו פֿאַרקויפֿן די פּראָדוקטן מיט אַ הויכן פּרײַז,‟ האָט באַמערקט נאַסרי כאַדזש מאָהאַמעד, אַ שותּף פֿון איינער פֿון די גרעסטע פֿאַרמען אין פֿרוש־בייט־דאַדזשאַן.
דער מצבֿ רופֿט אַרויס כּעס בײַ געוויסע ישׂראלים פֿונעם רעכט־נאַציאָנאַלן לאַגער. דער קאָמענטאַטאָר דוד ווײַנבערג האָט הײַיאָר געשריבן אַן אַרטיקל סײַ אינעם „דזשערוסאַלעם פּאָסט‟, סײַ אין „ישׂראל היום‟, וואָס האָט שטאַרק קריטיקירט די שריט פֿון די חרדישע ייִדן. „דאָס פֿאַרלאָזן זיך אויף אַראַבישע ערדפּראָדוקטן איז נישט רעאַליסטיש, און נישט דערטרעגלעך — צוליב געזונט־, נאַציאָנאַלע און רעליגיעזע סיבות,‟ האָט ווײַנבערג געשריבן.
צווישן אַנדערע, האָט ווײַנבערג געטענהט, אַז די פּאַלעסטינער גרינסן ווערן קולטיווירט מיט אָפּגאַנג־וואַסער, וואָס האָט במשך פֿונעם פֿריִערדיקן שמיטה־יאָר גורם געווען „אַן עפּידעמיע פֿון היפּאַטיט‟, און אַז דער געזונט־מיניסטעריום האָט דעמאָלט פֿאַרווערט דאָס אימפּאָרטירן אוגערקעס און בעבלעך צוליב אַ „הויכן ניוואָ פֿון אָנשטעקיקע עלעמענטן‟.
אַ פֿאָרשטייער פֿונעם געזונט־מיניסטעריום האָט אָבער איבערגעגעבן דעם Forward, אַז אין זײַן מיניסטעריום געפֿינען זיך נישט קיין שום דאָקומענטן אין שײַכות מיט דער לעצטער שמיטה. דערצו האָט די ישׂראלדיקע מיליטערישע אַדמיניסטראַציע אויפֿן מערבֿ־ברעג געשריבן אין אַ בליצבריוו: „ס׳איז נישטאָ קיין ברעקל אמת אין דער טענה, אַז די ערדפּראָדוקטן האָבן גורם געווען קראַנקייטן אין ישׂראל‟.
די טראַנזאַקציע צווישן ישׂראלים און פּאַלעסטינער בעת אַ שמיטה־יאָר איז אַ קאָמפּליצירטע. באַלד ווי עס הייבט זיך אָן די שמיטה, דאַרפֿן די פֿאַרמיטלער פֿאַרבינדן די פּאַלעסטינער פֿאַרמער מיט די ישׂראלדיקע הענדלער, וואָס פֿאַרקויפֿן די פּראָדוקטן צו די חרדים. איינער פֿון די פֿאַרמיטלער איז אינם זהבֿי. זהבֿי איז אין פֿאַרבינדונג מיט 10 פֿאַרשידענע ישׂראלדיקע סקלאַדן און פֿאַבריקן. יעדן טאָג פֿאַרשרײַבט ער זייערע בקשות, און דערנאָך געפֿינט ער אַן אַראַביש־ישׂראלדיקן פֿאַרמער, וואָס קען באַזאָרגן יענע גרינסן און פֿרוכטן.
אָבער איידער זהבֿי קען איבערפֿירן ערדפּראָדוקטן פֿון דער פֿאַרם ביזן סקלאַד, מוז אַ משגיח פֿאַרזיכערן, אַז די פֿאַרם איז טאַקע אַ פּאַלעסטינער אייגנטום. די פּראָבלעם איז, אַז די חרדים קויפֿן נישט בלויז פֿון די שטחים אונטערן ישׂראלדיקע קאָנטראָל, אָבער אויך פֿון די שטחים, קאָנטראָלירט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, ווי דזשענין. צוליב דעם וואָס די ישׂראלדיקע רעגירונג פֿאַרווערט אירע ציווילע בירגער אַרײַנצוגיין, קאָנען די משגיחים אויך נישט פֿאָרן אַהין, צו האַלטן אַן אויג אויף די פֿאַרמען.
„אַז מע וויל, געפֿינט מען שוין אַ וועג,‟ האָט געזאָגט טאַרעק אַבולאַבאַן, דער פּירסום־דירעקטאָר פֿונעם פּאַלעסטינער אַגריקולטור־מיניסטעריום. „מיר האָבן אַרײַנגעשטעלט קליינע קאַמערעס אויף די פֿאַרמען, קענען די רבנים האַלטן אַן אויג אויף די פֿאַרמען 24 שעה אַ טאָג.‟
מיט אַ חודש צוריק האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג געמאָלדן, אַז זי וועט הײַיאָר דערלויבן דאָס אימפּאָרטירן פּאָמידאָרן און פּאַטלעזשאַנען פֿון עזה פֿאַר די חרדים. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס ישׂראל לאָזט אַרײַן אַן עקספּאָרט פֿון עזה, זינט „כאַמאַס‟ איז דאָרט געקומען צו דער מאַכט. אַלען הייבער, אַ רבֿ און שמיטה־לערער איז געבליבן געפּלעפֿט מיט דעם באַשלוס.
„ס׳איז מעגלעך, אַז די מענטשן, וואָס קויפֿן בײַ זיי פּראָדוקטן, העלפֿן פֿינאַנצירן די קומעדיקע רונדע פֿון ראַקעטן און טעראָר־טונעלן,‟ האָט הייבער געוואָרנט. „נישט אמת,‟ האָט געענטפֿערט ירח טאָקער, אַ חרדישער ייִד, וואָס זײַן אָרגאַניזאַציע, „קרן השבֿיעית‟, באַצאָלט די ייִדישע פֿאַרמער נישט צו אַרבעטן אינעם שמיטה־יאָר. „די פֿאַרמערס זענען נישט ׳כאַמאַס׳, און נישט ISIS,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.