צי זענען אָרגאַן־נדבֿות בלויז צו ייִדן אַלטרויִסטיש?

When It Comes to Kidney Donation, What Is Altruism?

דוד סאַרנאַ, איינער פֿון די געראַטעוועטע דורך דער פֿרומער אָרגאַניזאַציע Renewal, וועלכער האָט באַקומען אַ נײַע ניר דעם 7טן אַפּריל.
Martyna Starosta
דוד סאַרנאַ, איינער פֿון די געראַטעוועטע דורך דער פֿרומער אָרגאַניזאַציע Renewal, וועלכער האָט באַקומען אַ נײַע ניר דעם 7טן אַפּריל.

פֿון פּאָל בערגער (Forward)

Published April 22, 2015, issue of May 15, 2015.

וואָס מיינט צו זײַן אַן אַלטרויִסט? אויב איך לייען אין אַ צײַטונג וועגן די מעדיצינישע צרות פֿון אַ צופֿעליקער פֿרוי און גיב אָפּ איינע פֿון מײַנע נירן, מע זאָל איבערפֿלאַנצן אין איר גוף, איז עס נישט אַן עכטער אַלטרויִסטישער טאַט? ווי אַזוי זאָל מען אָבער אָפּשאַצן, אויב איך בין מנדבֿ אַ ניר צו דאָקטוירים, כּדי זיי זאָלן אַליין באַשליסן, צו וועמען מע זאָל עס איבערגעבן?

די וואָך, האָט דער מחבר פֿון די שורות דערציילט וועגן דער פֿרומער חסד־אָרגאַניזאַציע Renewal („באַנײַונג‟), וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט נירן־נדבֿות. אין אַמעריקע איז פֿאַראַן די „פֿאַראייניקטע נעץ פֿון אָרגאַן־איבערפֿלאַנצונג‟, וואָס נעמט אַרום דאָס גאַנצע לאַנד. לויט די תּנאָים פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, כּדי פֿאַררעכט צו ווערן ווי אַלטרויִסטישע בעל־נדבֿות, מוזן די באַטייליקטע אָפּגעבן זייערע נירן נישט וויסנדיק, ווער עס וועט באַקומען זייערע אבֿרים.

אויפֿן ערשטן בליק, קלינגט אַזאַ דעפֿיניציע שׂכלדיק. אויב עמעצער איז מסכּים מנדבֿ צו זײַן אַ טייל פֿון זײַן אייגענעם גוף צו אַ וועלכן־ניט־איז צופֿעליקן קראַנקן מענטש, איז עס טאַקע אַ סימן, אַז דער געבער איז אַן אמתער אַלטרויִסט, וועלכער טראַכט נישט וועגן זיך אַליין, בלויז וועגן די אַנדערע מענטשן. להיפּוך, ווען דער דאָנאָר באַשליסט פֿון אָנהייב, ווער עס זאָל באַקומען זײַן אָרגאַן, ווײַזט ער דערמיט אַרויס, אַז ער איז נאָר מסכּים דאָס צו טאָן בהסכּם מיט געוויסע פּערזענלעכע פּרעפֿערענצן.

עס קאָן זײַן, אַז אַזאַ מענטש וועט, למשל, נישט זײַן באַוויליקט אָפּצוגעבן זײַן ניר צו אַלטע לײַט. אויב אַפֿילו ער זאָגט זיך אָפּ פֿון זײַן אָרגאַן, האָפֿט ער, אַז די ניר וועט דינען לענגער אין אַ ייִנגערן אָרגאַניזם. אַן אַנדער בעל־חסד מעג האָבן אַ טענה קעגן פֿעטע מענטשן. „פֿאַרוואָס זאָל איך זיך טיילן פֿון אַ טייל פֿון מײַן גוף, אויב דער פּאַציענט זאָרגט זיך נישט וועגן זײַן אייגענעם געזונט־מצבֿ?‟, וועט ער פֿרעגן. מע קאָן זיך אויך פֿאָרשטעלן, אַז אַ געוויסער פּאָטענציעלער דאָנאָר וויל נישט העלפֿן אַ חולה מיט אַ קרימינעלער פֿאַרגאַנגענהייט.

ס׳רובֿ דאָנאָרס פֿון דער דערמאָנטער פֿרומער אָרגאַניזאַציע ווילן איבערגעבן זייערע נירן בלויז צו אַ ייִד. אַ טייל קריטיקער קאָנען טענהן, דאָס איז נישט עכט אַלטרויִסטיש. אין מײַן אַנומלטיקן אַרטיקל אינעם Forward דערצייל איך פּרטימדיק וועגן פֿאַרשיידענע צוגאַנגען צו דעם ענין, ווי אויך וועגן אַ ריי קאָנקרעטע מענטשן, וועלכע זענען געראַטעוועט געוואָרן פֿון געפֿערלעכע קרענק און עכטע טויט־סכּנות צוליב דער טעטיקייט פֿון דער דאָזיקער חרדישער אָרגאַניזאַציע, וואָס האַלט, אַז זי טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר בערך אַ דריטל פֿון אַלע אַלטרויִסטישע אָרגאַן־נדבֿות אינעם לאַנד, לויט איר אייגענער דעפֿיניציע פֿון אַלטרויִזם. אינעם יאָר 2014, זענען 17 פּראָצענט פֿון נירן־איבערפֿלאַנצונגען צו צופֿעליקע מענטשן דורכגעפֿירט געוואָרן אַ דאַנק Renewal — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די חרדישע ייִדן באַטרעפֿן בלויז 0.2 פּראָצענט פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, ווי אַזוי קאָן מען טאַקע מאַכן דעם אויספֿיר, אַז די ספּעציפֿישע אָרגאַן־נדבֿות לטובֿת אַנדערע ייִדן זענען נישט אַלטרויִסטיש? הגם ס׳איז, געוויינטלעך, נישט געפֿערלעך, שטעקן אינעם אַרויסנעמען אַ ניר פֿאַר חסד־צוועקן אַ געוויסע סכּנה. יעדער מענטש פֿון 3,000 שטאַרבט בעת אַזאַ אָפּעראַציע. אַן אַנדער סכּנה באַשטייט אין דעם, וואָס די צווייטע ניר קאָן אויפֿהערן צו פֿונקציאָנירן, ווי געהעריק, צוליב דיאַבעט אָדער אַ הויכן בלוט־דרוק. הגם ס׳איז פֿאַראַן אַ כּלל, לויט וועלכן די נירן־געבער זענען די ערשטע אין דער ריי פֿאַר אָרגאַן־איבערפֿלאַנצונגען, אויב זיי ווערן אַליין קראַנק אויף אַ נירן־מחלה, ריזיקירן זיי פֿאָרט מיטן לעבן.

סכּנותדיק צי נישט, איז עס אַן ערנסטע כירורגישע אָפּעראַציע. עס דויערט עטלעכע וואָכן, ביז די מנדבֿים קומען פֿולשטענדיק צו זיך. פֿאַר דער אָפּעראַציע, פֿירן די דאָקטוירים דורך אַ לאַנגע ריי פֿאָרשונגען, כּדי צו באַשטעטיקן, צי דער נירן־געבער איז פֿיזיש גענוג געזונט און פּסיכאָלאָגיש גרייט צו אַזאַ ערנסטער פּראָצעדור.

אויב אַ געוויסער מענטש טיילט זיך אָפּ מיט אַ וויכטיקן אָרגאַן פֿון זײַן קערפּער מיט אַ צופֿעליקן מענטש, אויב אַפֿילו יענער מוז געהערן צו אַ געוויסער רעליגיעזער גרופּע, מיינט עס, אַז זייערע קרובֿים אָדער נאָענטע חבֿרים וועלן נישט קאָנען פֿון אים באַקומען אַזאַ נדבֿה. נישט געקוקט אויף אַלע דערמאָנטע ספֿקות, סכּנות און אומבאַקוועמקייטן, זענען אָבער אַ סך מיטגלידער פֿון דער חרדישער הילף־נעץ מסכּים דאָס צו טאָן, כּדי אַרויסצוהעלפֿן אַ צופֿעליקן ייִד.

עס קאָן זײַן, אַז די אַלגעמיינע אַמעריקאַנער „פֿאַראייניקטע נעץ פֿון אָרגאַן־איבערפֿלאַנצונג‟ וועט בשום־אופֿן נישט באַטראַכטן אַזאַ אָרגאַניזאַציע ווי אַן אַלטרויִסטישע. נאָך מײַן פּערזענלעכן אַנאַליז, האָב איך אָבער באַשלאָסן פֿאַר זיך, אַז די פֿרומע בעלי־חסד זענען יאָ עכטע אַלטרויִסטן.