ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow


פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published April 22, 2015, issue of May 15, 2015.

אַ קאָנפֿערענץ געווידמעט די באַציִונגען צווישן די רעליגיעס

דאָס רובֿ נײַעס אויף דער מאָסקווער ייִדישער גאַס זענען די וואָך פֿאַרבונדן מיט די באַציִונגען צווישן די רעליגיעס. אין דעם נײַעם ייִדישן מוזיי אין מאָסקווע איז זונטיק פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ „די געשטאַלט און דער סימבאָל אין דער ייִדישער, קריסטלעכער און מוסולמענישער קולטור‟. די קאָנפֿערענץ איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות מיטן אָפּטייל פֿאַר ייִדישע לימודים בײַם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט. דער ציל פֿון דער קאָנפֿערענץ איז געווען אָנצוּווײַזן אויף די ענלעכקייטן פֿון די דרײַ רעליגיעס און רופֿן צו פֿאַרשטענדעניש און טאָלעראַנץ צווישן זיי. אין דער קאָנפֿערענץ האָבן אָנטייל גענומען אי געלערנטע, אי פֿאָרשטייער פֿון רעליגיעזע סטרוקטורן: פֿונעם רוסישן חב״ד, פֿון מופֿטיאַט, קאַטוילישער און פּראַוואָסלאַוונער קירכע.

אַ טרעפֿונג פֿון מאָסקווער הויפּט־רבֿ מיטן פּויפּס פֿראַנציסקוס

מאָנטיק האָט זיך דער הויפּט־רבֿ פֿון מאָסקווע, פּנחס גאָלדשמיד, געטראָפֿן מיט דעם פּויפּסט פֿראַנציסקוס. זיי האָבן גערעדט וועגן דעם גורל פֿון ייִדן אין דער מאָדערנער וועלט, וועגן די דערשײַנונגען וואָס באַדראָען דאָס לעבן אי פֿון קריסטן, אי פֿון ייִדן און האָבן זיך צוגעזאָגט צו באַשיצן צוזאַמען די ייִדן פֿון אַנטיסעמיטיזם, די קריסטן פֿון איסלאַמיזם און די ביידע רעליגיעס — יהדות און קריסטנטום — פֿון די אָנגריפֿן מצד די קעגנער פֿון אַ רעליגיעז לעבן. די רייד אויף דער באַגעגעניש איז אויך געגאַנגען וועגן די באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און מערבֿ, וואָס ווערן אַלץ ערגער. דער הויפּט־רבֿ גאָלדשמיד האָפֿט, אַז דער מאָראַלישער אויטאָריטעט פֿון דעם פּויפּסט פֿראַנציסקוס וועט העלפֿן צו סטאַביליזירן די איצטיקע לאַגע און צו געפֿינען די לייזונג פֿון דעם דיפּלאָמאַטישן קריזיס.

ווײַסרוסלאַנד און ישׂראל וועלן זיך אינעם נצחון־פּאַראַד נישט באַטייליקן

נאָך אַ סיבה אַרומצורעדן די באַציִונגען צווישן מערבֿ און רוסלאַנד איז דער דיפּלאָמאַטישער סקאַנדאַל, פֿאַרבונדן מיטן נצחון־טאָג איבער די נאַציס, וואָס ווערט געפֿײַערט יעדעס יאָר דעם 9טן מײַ זינט 1965.

הײַיאָר מערקט מען אָפּ דעם 70סטן יאָרטאָג, אַ קײַלעכדיקע דאַטע, וועט דער יערלעכער מיליטערישער פּאַראַד אויף דעם „רויטן פּלאַץ‟ דורכגעפֿירט ווערן באַזונדערס פֿײַערלעך. צוליב דער אָנגעשטרענגטער פּאָליטישער לאַגע — דעם קרימער קריזיס און די מערבֿ־סאַנקציעס, האָבן דאָס רובֿ מערבֿ־לענדער זיך אָפּגעזאָגט צו שיקן זייערע דעלעגאַציעס קיין מאָסקווע. די וואָך איז די רשימה לענגער געוואָרן אויף נאָך צוויי לענדער, וואָס זענען שטענדיק געווען די אַליִיִרטע פֿון רוסלאַנד: ווײַסרוסלאַנד און מדינת־ישׂראל. מע זאָגט, אַז די סיבה וואָס די ישׂראלדיקע דיפּלאָמאַטן האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו קומען, איז דער אָפּמאַך צווישן רוסלאַנד און איראַן: רוסלאַנד האָט זיך מחייבֿ געווען צוצושטעלן צו איראַן ראַקעטן ס-300.

אַ לעקציע וועגן ייִדישע קינסטלער אין רוסישן אַוואַנגאַרד

צו די אַנדערע נײַעס. אין דעם ייִדישן מוזיי איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש אין די ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג, געווידמעט די ייִדישע קינסטלער אין רוסישן אַוואַנגאַרד. דעם 21סטן אַפּריל האָט דעם רעפֿעראַט געהאַלטן דער ישׂראלדיקער קונסט־פֿאָרשער גריגאָרי קאַזאָווסקי. ער האָט גערעדט וועגן דער ייִדישער מאָדערניסטישער קולטור און דער קונסט פֿון אַוואַנגאַרד, דערציילט וועגן דעם באַלאַנס פֿון דעם נאַציאָנאַלן און אינטערנאַציאָנאַלן יסוד אין דעם ייִדישן מאָדערניזם און זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט אַוואַנגאַרדיסטישע שטראָמונגען.

פּראָיעקט „אשכּולות‟: די אינדישע ייִדן

דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט זונטיק דורכגעפֿירט אַ באַגעגעניש, געווידמעט אַ זעלטענער טעמע — די אינדישע ייִדן. די מיזרח־פֿאָרשערין אירינאַ גלושקאָוואַ האָט דערציילט וועגן די גרופּעס פֿון ייִדן אין אינדיע: קאָטשינער ייִדן אין דרום־אינדיע און בני-ישׂראל אויפֿן צפֿון, און די גרים, בני־מנשה און בני־אפֿרים; וועגן זייער געשיכטע, שפּראַכן און מינהגים. מע האָט אויסגעפֿילט טראַדיציאָנעלע מעלאָדיעס פֿון פּיוטים, אַזוי ווי מען פֿלעג זיי זינגען אין אינדישע שילן, און מכבד געווען דעם עולם מיט אַ טראַדיציאָנעלן ייִדיש-אינדישן מאכל.

לכּבֿוד מדינת־ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט. לכּבֿוד דעם טאָג פֿון אומאָפּהענגיקייט פֿון מדינת־שׂראל, וועלן אין עטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿאָרקומען פֿײַערלעכע מסיבות. די אָפֿיציעלע צערעמאָניע וועט פֿאָרקומען אין דער גרויסער כאָרשיל, אין וועלכער עס באַטייליקט זיך די אַמבאַסאַדאָרין פֿון מדינת־ישׂראל, דורית האָלענדער.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.