ער איז דער ייִנגסטער פֿון פֿיר קינדער פֿון אַ פֿאַרמעגלעכער ייִדישער משפּחה אין אַמעריקע, וועלכער האָט תּמיד געחלומט צו ווערן אַ סאָלדאַט אין צה״ל. אָבער נאָך דעם ווי דרײַ „איינצלנע סאָלדאַטן‟ — אַ צה״ל־טערמין פֿאַר רעקרוטן, וואָס האָבן נישט קיין משפּחה אין ישׂראל — זענען פֿאַראַיאָרן זומער דערהרגעט געוואָרן אין עזה, האָט דער דאָזיקער „ייִד אין גלות‟ באַשלאָסן צו רעאַליזירן זײַן חלום, און זיך אַליין געשטעלט צום ישׂראלדיקן פּריזיוו.
„די דרײַ סאָלדאַטן האָבן אָפּגעגעבן זייער לעבן פֿאַר אונדז, פֿאַר ישׂראל, פֿאַרן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק,‟ האָט באַמערקט דער איינצלנער סאָלדאַט, וועלכער האָט געבעטן נישט אָנגעבן זײַן נאָמען. די דרײַ זענען געווען מאַקס סטײַנבערג, 24 יאָר אַלט, פֿון לאָס־אַנדזשעלעס; שאָן קאַרמעלי, 21, אַן אַמעריקאַנער ישׂראלי, און דזשאָרדאַן בענסעמהון, 22, אַ פֿראַנצייזישער ישׂראלי.
„אויב זיי קענען עס טאָן, קען איך אויך,‟ האָט דער יונגערמאַן דערקלערט.
בײַם סוף פֿון יאָר 2014, האָבן אין צה״ל געדינט 3,484 איינצלנע סאָלדאַטן, לויט דער אַרמיי־סטאַטיסטיק, אַרײַנגערעכנט די אויסלענדער, וואָס האָבן זיך אָנגעשלאָסן דורך מח״ל — אַ פּראָגראַם פֿאַר וואָלונטירן, וועלכע זענען נישט קיין ישׂראלדיקע בירגער. הײַנט געפֿינען זיך סאָלדאַטן פֿון מער ווי 70 לענדער אינעם ישׂראלדיקן מיליטער. אַ פֿערטל פֿון זיי קומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און די אַנדערע — פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע, פֿראַנקרײַך און קאַנאַדע.
בערך 2,700 פֿון זיי זענען נײַע עולים, גיט איבער „נפֿש בנפֿש‟ — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס אַרבעט מיט די עולים. „נפֿש בנפֿש‟ פֿירט אָן מיט אַ ספּעציעלער פּראָגראַם פֿאַר איינצלנע סאָלדאַטן, בשותּפֿות מיט דער אַמעריקאַנער נישט־פּראָפֿיט אָרגאַניזאַציע, Friends of the IDF.
מענטשן וואָס פֿאַרשרײַבן זיך ווי איינצלנע סאָלדאַטן באַקומען אַ חודשלעכע סטיפּענדיע, שפּײַזקופּאָנען און פֿרײַע טעג, ווען זייערע עלטערן קומען קיין ישׂראל צו באַזוכן זיי. די אָרגאַניזאַציע „גרין צבר‟ געפֿינט וווינונגען אין קיבוצים, וווּ די אויסלענדישע סאָלדאַטן קענען וווינען צוזאַמען, און דערבײַ פֿאַרקלענערן דאָס געפֿיל פֿון עלנטקייט. אַנדערע אָרגאַניזאַציעס אַראַנזשירן פּסח־סדרים און יום־העצמאות־באַרבעקיוס פֿאַר זיי.
פֿון 2013-2014 האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין צה״ל 330 איינצלנע סאָלדאַטן — אַ גרויסער שפּרונג פֿונעם פֿריִערדיקן יאָר, ווען בלויז 5 האָבן זיך פֿאַרשריבן, אָדער מיט צוויי יאָר פֿריִער, ווען 11 האָבן זיך אָנגעשלאָסן.
איין סיבה פֿאַר וואָס עס זענען פֿאַראַיאָרן צוגעקומען אַ סך מער סאָלדאַטן איז, ערשטנס, צוליב דער אָפּעראַציע אין עזה, און צווייטנס, צוליב דעם וואָס אַ סך פֿון די פֿריִערדיקע אויסלענדישע סאָלדאַטן האָבן דערציילט וועגן זייער איבערלעבונג אין „פֿייסבוק‟ און „אינסטאַגראַם‟, האָט באַמערקט אַ 27־יאָריקער סאַלדאַט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. „ווען מענטשן זעען ווי זייערע פֿרײַנד, שוועסטערקינדער אָדער מיט־תּלמידים שטעלן אַרויף פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זיך, טראָגנדיק אַ צה״ל־מונדיר, זעט עס פּלוצלינג אויס ווי אַ מעגלעכקייט פֿאַר זיי אויך,‟ האָט ער געזאָגט.
פֿרויען, וואָס באַטרעפֿן אַרום 30% פֿון די איינצלנע סאָלדאַטן, דינען אויך אין קאַמף־פּאָזיציעס (אָפֿט מאָל — ווי סאַניטאַרן) אָדער אין אויסשפּיר־אָפּטיילן. לאָראַ הימלסטין, אַ 27־יאָריקע פֿרוי פֿון אַטלאַנטע, וואָס האָט אַ באַקאַלוראַט אין געשעפֿט, און אַ מאַגיסטער אין שטאַט־טעטיקייט, אַרבעט אינעם אָפּטייל פֿון אינטערנאַציאָנאַלער קאָאָפּעראַציע, וווּ זי קאָנטראָלירט דעם שטראָם פֿון אינפֿאָרמאַציע מיטן מיליטער פֿון אַנדערע לענדער.
הימלסטין איז געווען 26, ווען זי איז געוואָרן אַ ישׂראלדיקע בירגערין אין 2013. צוליב איר עלטער, האָט זי נישט געדאַרפֿט דינען אין צה״ל, אָבער זי האָט זיך סײַ־ווי פֿאַרשריבן ווי אַ וואָלונטיר, כאָטש ס׳איז נישט געווען גרינג צו פֿאָלגן די באַפֿעלן פֿון 19־יאָריקע. זי האָט געוואָלט זיך גיך אויסלערנען העברעיִש און בעסער פֿאַרשטיין די ישׂראלדיקע מענטאַליטעט, אָבער איר הויפּט־מאָטיוו איז פֿאָרט געווען אַן אידעאָלאָגישער.
„מענטשן קענען הײַנט וווינען אין מדינת־ישׂראל, ווײַל יעדער טוט זײַן חלק,‟ האָט זי באַמערקט. „האָב איך אויך געוואָלט טאָן מײַן חלק.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.