דרײַ רבנים זענען פֿאַרמישפּט געוואָרן דורך אַ פֿעדעראַל געריכט אין טרענטאָן, שטאַט ניו־דזשערזי, פֿאַרן פּלאַנירן צו פֿאַרכאַפּן אַ צאָל ייִדישע מענער, כּדי צו צווינגען זיי צו געבן זייערע פֿרויען אַ גט.
דינסטיק, האָט דאָס געריכט פֿאַרמישפּט געוואָרן די דרײַ רבנים אינעם פּלאַנירן צוזאַמען פֿאַרכאַפּן די מענער, און צוויי פֿון זיי — אויך אינעם פּרוּוון דורכצופֿירן דעם פּלאַן.
נאָך אַ צוויי־חדשימדיקן מישפּט איבערן 69־יאָריקן מענדל עפּשטיין פֿון לייקוווּד, ניו־דזשערזי, דעם 60־יאָריקן דזשיי גאָלדשטיין פֿון ברוקלין, און דעם 39־יאָריקן בנימין שטימלער, אויך פֿון ברוקלין, האָבן די אײַנגעשוווירענע געפֿירט דעבאַטן במשך פֿון דרײַ טעג. די פֿאַרמישפּטע זענען אַ טייל פֿון אַ געהיימער גרופּע, וועלכע האָט אויסגענוצט גוואַלד־מיטלען, אַרײַנגערעכנט קלעפּ, עלעקטרישן שאָק און אַנדערע מינים פּײַניקונגען, כּדי צו צווינגען געוויסע מענער זיך צו גטן. על־פּי־הלכה, מוז די פֿרוי באַקומען פֿון איר מאַן אַ גט דורך אַ בית־דין, כּדי צו האָבן די מעגלעכקייט צו גיין אונטער דער חופּה מיט אַן אַנדער מאַן.
די „עף־בי־אײַ‟ האָט געכאַפּט די פֿאַרברעכערישע גרופּע אין אָקטאָבער 2013. די געהיימע אַגענטן האָבן זיך פֿאַרשטעלט ווי אַ ייִדישע פֿרוי, וועלכע האָט, צוזאַמען מיט איר ברודער, געבעטן די באַנדיטן צו קריגן דעם גט פֿון איר מאַן, וועלכער מע האָט פּלאַנירט, כּלומרשט, צו פֿאַרכאַפּן אויף אַ סקלאַד, וואָס געפֿינט זיך אין דער שטאָט עדיסאָן, שטאַט ניו־דזשערזי. ווען די פֿאַרברעכער זענען אַהין אָנגעקומען, אָנגעטאָן אין מאַסקעס מיט זייער „אויסשטאַטונג‟ — אַ שטאַרקע שטריק, כירורגישע מעסערס און אַ שרויפֿנציִער, האָט די פּאָליציי זיי אַרעסטירט.
די פֿאַרמישפּטונגען זענען פֿאָרגעקומען מיט דרײַ חדשים נאָך דעם, ווי דער 56־יאָריקער רבֿ מאַרטין וואָלמאַרק פֿון מאָנסי, האָט זיך מודה געווען אינעם באַטייליקן זיך אין די געהיימע פּלענער פֿון דער צוואַנג־אָרגאַניזאַציע. דעם 18טן מײַ וועט ער פֿאַרמישפּט ווערן. די נײַעס־אַגענטור „רויטערס‟ האָט איבערגעגעבן, אַז לויט דער פּראָקוראַטור פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאָן פֿאַר אַזעלכע פֿאַרברעכערישע פּלענער באַקומען אַ לעבנס־לאַנגן תּפֿיסה־טערמין. די דרײַ רבנים וועלן זיך דערוויסן וועגן זייערע שטראַפֿן דעם 15טן יולי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.