דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר טעאַטער‟ האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז ער גייט אויפֿפֿירן אַ דרײַשפּראַכיקן נוסח פֿון דוד שנײַדערס פּיעסע „מאַכן צו לאַכן סטאַלינען‟, וואָס גיט איבער די געשיכטע פֿונעם סאָוועטישן ייִדישן מלוכה־טעאַטער „גאָסעט‟. די פֿאָרשטעלונג, אויף ייִדיש, רוסיש, ענגליש און אַ ביסל דײַטש, וועט זײַן די אַמעריקאַנער פּרעמיערע פֿון דער שפּיל, וואָס מע האָט פֿריִער פֿאָרגעשטעלט אין לאָנדאָן אויף ענגליש.
אין דער פֿאָרשטעלונג וועלן שפּילן דער ישׂראלדיקער אַקטיאָר געראַ סאַנדלער און די אַקטריסע יעלענאַ שמואלסאָן אונטערן רעזשי פֿון אַלען ריקמאַן. די שפּיל וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן בלויז צוויי מאָל: זונטיק, דעם 17טן מײַ און מאָנטיק, דעם 18טן מײַ. ביידע פֿאָרשטעלונגען קומען פֿאָר 7 אַזייגער אין אָוונט אינעם „טעאַטער 80‟ אויף „סיינט־מאַרקס פּלייס‟ אין מאַנהעטן. די בילעטן קאָסטן $25 דאָלאַר. נאָך אינפֿאָרמאַציע: //www.newyiddishrep.org/
זונטיק, דעם 26סטן אַפּריל וועלן סטודענטן פֿון „יעיל‟־אוניווערסיטעט פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט פֿון לידער פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער. דער קלאַרנעט־שפּילער וויני אָנעפּאָ און דער פּיאַניסט דזשיי גיטלין וועלן באַגלייטן די זינגער. פֿאַרן קאָנצערט, וואָס פֿײַערט דעם 25סטן יוביליי פֿון דער „יוסף און ראַזאַלין ניומאַן ייִדיש־קאָלעקציע‟ בײַ דער דאָרטיקער ביבליאָטעק, וועלן רעפֿערירן פּראָפֿעסאָר מאַרק סלאָבין און דער ביבליאָטעקער מײַקל אָקס. ד״ר סלאָבין וועט רעדן אויף דער טעמע „די ייִדישע מוזיק אויף פּאַפּיר אין דער טענעמענט־תּקופֿה‟ און ד״ר מײַקל אָקס — וועגן יוסף רומשינקסיס אָפּערעטע „די גאָלדענע כּלה‟.
די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 4 אַזייגער נאָכמיטאָג בײַם „יוסף סליפֿקאַ־צענטער פֿאַרן ייִדישן לעבן‟ (80 וואַל־גאַס אין ניו־הייווין, קאָנעטיקאָט). נאָך אינפֿאָרמאַציע: 1810—432—203.
דינסטיק, דעם 28סטן אַפּריל אָרדנט אײַן דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟, צוזאַמען מיט דער „ווילנער שיל‟ אַן אָוונט לכּבֿוד דער פּאָעטעסע איידע מייזע. אינעם אָוונט וועט מען ווײַזן אַ קורצן פֿילם וועגן מייזעס לעבן און שאַפֿן, וואָס מע האָט צוזאַמענגעשטעלט אויפֿן סמך פֿון אַן אינטערוויו מיט איר זון, אירווינג מייזע. ד׳׳ר מייזע וועט רעדן און ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿונעם עולם, נאָך דעם וואָס מע ווײַזט דעם פֿילם.
די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 7 אַזייגער אין אָוונט אין דער „ווילנער שיל‟ (18 פֿיליפּס גאַס אין באָסטאָן). דער אײַנטריט איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, אָבער מע דאַרף רעזערווירן אַן אָרט פֿון פֿריִער. שרײַבט tellyourstory@bikher.org.
אַ נײַע אויסשטעלונג אינעם „ייִוואָ‟ וועט דערקלערן וועגן די ייִדישע ווערטער, וואָס האָבן צו טאָן מיט קאַמפֿן, שלאָגן, באָקסן, ראַנגלען און אַזוי ווײַטער. די אויסשטעלונג, „ייִדישער קאַמף־קלוב‟ (אַן איראָנישער רעפֿערענץ צום פּאָפּולערן פֿילם Fight Club) האָט צוזאַמענגעשטעלט ד׳׳ר עדי פּאָרטנוי אויפֿן סמך פֿון אַ לינגוויסטישער שטודיע, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן אינעם זשורנאַל „פֿילאָלאָגישע שריפֿטן‟ אין 1926. די אויסשטעלונג גיט ייִדישע סלענג, פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער אונטערוועלט, צירק־מענטשן, באָקסער און אַזוי ווײַטער.
אין שײַכות מיט דער אויסשטעלונג אָרדנט אײַן דער „ייִוואָ‟ אַ קבלת־פּנים לכּבֿוד דעם „ייִדישן קאַמף־קלוב‟. אין דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 30סטן אַפּריל, וועט ד״ר פּאָרטנוי רעדן וועגן דער ייִדישער אונטערוועלט „מיט אירע אַלפֿאָנסן, הורן, באַנדיטן, וווילע יאַטן און קעמפֿער‟, און די ווערטער, אַזעלכע ווי „קנאַקן‟, „שטײַסל‟, און „באַרנע‟, מיט וועלכע זיי האָבן זיך באַנוצט. די פּראָרגראַם הייבט זיך אָן 6:30 אין אָוונט.
זונטיק, דעם 3סטן מײַ וועט ד״ר יחיאל (דזשעפֿרי) שאַנדלער פֿון „ראָטגערס‟־אוניווערסיטעט האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון דעם, ווי אַזוי מע האָט געשילדערט דאָס שטעטל אין דער ייִדישער ליטעראַטור במשך פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. אין דער פּראָגראַם וועט די אַקטריסע מרים־חיה סגל פֿאָרלייענען אויסצוגן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
די פּראָגראַם, אין דער „שיל אויף עלדרידזש־גאַס‟ (12 עלדרידזש־גאַס אין מאַנהעטן), וועט זיך אָנהייבן 2 אַזייגער נאָכמיטאָג. די פּראָגראַם ווערט אײַנגעאָרדנט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ און דער „שיל אויף עלדרידזש־גאַס‟. כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט, באַזוכט: //www.eventbrite.com/e/the-shtetl-in-20th-century-yiddish-literature-with-professor-jeffrey-shandler-tickets-15639101975.
זונטיק, דעם 3טן מײַ וועט דער „ייִוואָ‟־אינסטיטוט פּראַווען זײַן 90סטן יובֿל מיט אַ פֿײַערלעכן טאָג פֿון רעדעס, רעפֿעראַטן און כּיבוד. אין פּראָגראַם וועט דער דירעקטאָר פֿונעם „ייִוואָ‟, יונתן ברענט, באַגריסן דעם עולם. דער הויפּט־רעדנער פֿונעם טאָג, ד׳׳ר קלמן ווײַזער, וועט רעפֿערירן אויף דער טעמע: „דאָס אַריבערציִען זיך קיין אַמעריקע; דאָס ראַטעווען ייִדיש, דאָס ראַטעווען דעם אַמעריקאַנער ייִדנטום: מאַקס ווײַנרײַך און די מיסיע פֿונעם ׳ייִוואָ׳ אין דער נאָך־חורבנדיקער אַמעריקע‟.
נאָך ד״ר ווײַזערס רעפֿעראַט וועט אַ פּאַנעל פֿון ד״ר דוד ענגל (ניו־יאָריקער אוניווערסיטעט), מײַקל גרינבערגער (אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי), ד״ר שמואל קאַסאָוו (טריניטי קאָלעדזש) און ד״ר דוד פֿישמאַן (ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר) אַרומרעדן די ראָלע, וואָס דער „ייִוואָ‟ האָט געשפּילט אין דער חורבן־פֿאָרשונג און זײַנע פּרוּוון צו לערנען אַנדערע וועגן דעם נאַצישן גענאָציד איבער די ייִדן.
נאָך אַ פּאַנעל וועט אַרומרעדן די השפּעה פֿונעם „ייִוואָ‟ אויף ייִדישע שטודיעס אין אַמעריקע. אויפֿן פּאַנעל וועלן אָנטיילנעמען ד״ר חסיה דײַנער (ניו־יאָריקער אוניווערסיטעט), ד״ר רחמיאל פּעלץ (דרעקסעל אוניווערסיטעט), דניאל סויער (פֿאָרדהײַם אוניווערסיטעט) און ד׳׳ר יונתן ברענט (ייִוואָ).
גלײַך נאָכן צווייטן פּאַנעל וועט ד״ר ברענט רעדן וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער אָרגאַניזאַציע. נאָך זײַן רעדע וועט מען פּראַווען דעם געבורטסטאָג פֿונעם חשובֿן פֿאָרש־אַנשטאַלט מיט אַ קבלת־פּנים און כּיבוד.
חנה ראָזענפֿעלד, אַ מיטאַרבעטערין פֿונעם „מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן‟ אין וואַרשע וועט האַלטן אַ רעפֿעראַט אין „ייִוואָ‟ וועגן דער נאָך־מלחמדיקער ראַדיאָ־טראַנסמיסיעס, אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דער פּוילישער מלוכה, מיט וועלכע עס האָבן אָנגעפֿירט יאָנאַס טורקאָוו און זײַן פֿרוי דיאַנאַ בלומענפֿעלד. דער רעפֿעראַט, אויף ייִדיש, מיטן נאָמען „אויף די כוואַליעס פֿון עטער: ייִדישע אוידיציעס אויפֿן פּוילישן ראַדיאָ 1945—1958‟ וועט דערקלערן די סימבאָלישע און פּראַקטישע באַטײַטן פֿון די טראַנסמיסיעס פֿאַר די פּוילישע ייִדן, ווי אויך ייִדן אַרום דער וועלט.
דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 14טן מײַ, 6:30 אין אָוונט. דער אײַנטריט איז פֿרײַ אָבער מע דאַרף זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער. נאָך אינפֿאָרמאַציע: //yivo.org/events/index.php?tid=205&aid=1360.
דאָנערשטיק, דעם 21סטן מײַ, וועט ד׳׳ר מרים טרין האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן די לידער פֿון אַבֿרהם סוצקעווער און חיים גראַדע, וואָס האָבן צו טאָן מיט ווילנע, אין ליכט פֿון זייערע איבערלעבונגען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער רעפֿעראַט, מיטן נאָמען „דער אומקום פֿון ׳אונדזער׳ ווילנע: אַבֿרהם סוצקעווערס געטאָ־לידער און חיים גראַדעס לידער פֿון גלות‟ וועט אָנהייבן 3:30 נאָכמיטאָג. דער רעפֿעראַט וועט זײַן אויף ענגליש.
נאָך אינפֿאָרמאַציע: //yivo.org/events/index.php?tid=205&aid=1361
זונטיק, דעם 31סטן מײַ, וועט דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקס־כאָר‟ אויפֿטרעטן מיט זײַן יערלעכן פֿרילינג־קאָנצערט אין „סימפֿאָני ספּייס‟ (2537 בראָודוויי אין מאַנהעטן). דער קאָנצערט, וואָס וועט אַרײַננעמען לידער וועגן פֿאַרשידענע ערטער, וווּ ייִדן האָבן געוווינט במשך פֿון דער געשיכטע, וועט זיך אָנהייבן 4 אַזייגער נאָכמיטאָג. דער קאָנצערט וועט אַרײַננעמען לידער פֿונעם ייִדישן קלאַסיקער י. ל. פּרץ, ווי אויך די פּרעמיערע פֿון אַ נײַער צופּאַסונג צו אַ ליד פֿון בעטהאָווענען. נאָך אינפֿאָרמאַציע: Information@TheJPPC.org. כּדי צו באַשטעלן בילעטן באַזוכט: https://tickets.symphonyspace.org/public/hall.asp?event=9356.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.