דאָנערשטיק, דעם 16טן אַפּריל אין אָװנט איז אונטערגעשריבן געוואָרן אַן אָפּמאַך צװישן דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה און דעם אַרגענטינער ייִװאָ. דאָס װעט דערמעגלעכן צו פֿאַרענדיקן דעם נײַעם בנין פֿאַרן ייִװאָ, פֿאַר װעלכן מען האָט נישט באַװיזן צו שאַפֿן די נייטיקע רעסורסן די לעצטע 6 יאָר; פֿאַראייניקן בײדע אַרכיװן און קאָלעקציעס און שאַפֿן אַ קולטור־צענטער פֿאַרן ייִשובֿ. מען רעכנט, אַז אין די קומענדיקע צװיי יאָר װעט שוין דער ייִװאָ קענען פֿונקציאָנירן אין אַ פּאַסיקן בנין נאָכן אַטענטאַט פֿון 1994.
ביידע אינסטיטוציעס װעלן אַנטװיקלען פֿאָרש־ און קולטור־טעטיקייטן אין שטאָט און אין דער פּראָװינץ. דאָס איז ניט קיין פֿאַראייניקונג פֿון אינסטיטוציעס, אָדער אַן אײַנגלידערונג פֿון דעם ייִװאָ מצד דער קהילה, נאָר אַן אָפּמאַך פֿאַר געמיינזאַמער אַרבעט.
אין דעם אַמאָליקן „האָטעל פֿון די אימיגראַנטן‟, געגרינדעט אין 1857, װאָס האָט פֿונקציאָנירט אינעם פּאָרט פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס, און װוּ איבער 400 ערשט אָנגעקומענע אימיגראַנטן האָבן געקענט װוינען אומזיסט די ערשטע טעג פֿון זײער אָנקומען אין לאַנד, פֿונקציאָנירט איצט דער „מוזיי פֿונעם אימיגראַנט‟. אָרגאַניזירט דעם מוזיי האָט דער „נאַציאָנאַלער אוניװערסיטעט טרעס דע פֿעברעראָ‟, װאָס האָט אין איר קאַריערע פֿון „קולטורעלער פֿאַרשיידנקייט‟, קורסן פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור מיט אַן הסכּם, װאָס מען האָט אונטערגעשריבן מיטן אַרגענטינער ייִװאָ. די טעג איז באַנײַט געװאָרן אַ פּערמאַנענטע אויסשטעלונג „פֿאַר אַלע מענטשן פֿון דער װעלט‟, װאָס װײַזט די געשיכטע פֿון דער אימיגראַציע אין אַרגענטינע. די ייִדישע אימיגראַציע פֿאַרנעמט אַ בכּבֿודיק פּלאַץ אין דער אויסשטעלונג, װאָס װערט כּסדר באַזוכט פֿון שולן, טוריסטן און געסט װעלכע באַקומען זייער אַן אינטערעסאַנט בילד פֿון די אָנהייבן פֿון דער אַרגענטינער געשיכטע.
דער פּראָקוראָר פֿון דעם קאַמער, כאַװיער דע לוקאַ, האָט מאָנטיק, דעם 20סטן אַפּריל, באַשלאָסן, אַז ניסמאַנס אָנקלאַגע אויף דער אַרגענטינער פּרעזידענטין, איר אויסערן־מיניסטער טימערמאַן און אַנדערע באַאַמטע פֿון דער רעגירונג, „שטעלט נישט פֿאָר קיין פֿאַרברעכן און מען דאַרף זי אָפּװאַרפֿן‟. מען האַלט, אַז דער טריבונאַל װעט אָפּשאַפֿן די אָנקלאַגע, אָבער מען װעט זי באַנײַען, אויב עס װעלן זיך באַװײַזן נײַע עװידענצן. פֿאַר דער אָפּאָזיציע איז דאָס לעכערלעך, װײַל דער פּראָקוראָר, װאָס שטיצט כּסדר די רעגירונג, קומט צו דער מסקנא אָן קיין שום אויספֿאָרשונג, כאָטש עס זײַנען דאָ אָן אַ שיעור ראַיות.
נאָך 90 טעג זינט ניסמאַנס טויט פּועלט די רעגירונג אָפּװאַרפֿן זײַן אָנקלאַגע, נאָכן האָבן כּסדר באַשמוצט זײַן נאָמען מיט כּלערליי אַרגומענטן (פֿאַרתּכלעװען געלט, האָמאָסעקסואַליזם, אויסגעלאַסנקייט) און דורך פּערמאַנענטע ספֿקות אויף די סיבות פֿון זײַן טויט.
דינסטיק, דעם 21סטן אַפּריל איז פֿאָרגעקומען דער צענטראַלער אַקט צו דערמאָנען דעם אויפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ, אין טעאַטער „קאָליסעאָ‟, װוּ איבער 3,000 מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אָפּצוגעבן כּבֿוד די העלדן און קדושים פֿונעם חורבן. די „דאַיאַ‟, װאָס פֿײַערט הײַיאָר 80 יאָר פֿון איר גרינדונג, איז געבוירן געוואָרן צו באַקעמפֿן דעם נאַציזם. דער ערשטער אַקט איז אָרגאַניזירט געװאָרן אין 1949. מיט אַ רײַכער און אַ צוגעפּאַסטער קינסטלערישער פּראָגראַם, וווּ עס האָט נישט געפֿעלט דאָס ייִדישע ליד, איז דער אָװנט פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ מאַניפֿעסטאַציע קעגן שטײַגנדיקן אַנטיסעמיטיזם אויף דער װעלט. מיט דעם ליד „אונטער דײַנע װײַסע שטערן‟ האָט מען אָנגעצונדן 6 אָנדענקליכט.
דער הויכפּונקט איז געװען דאָס עדות זאָגן פֿון חוה ראָזענטאַל, װאָס האָט דורכגעמאַכט דעם חורבן אין בודאַפּעשט. זי איז באַפֿרײַט געװאָרן, װען זי איז אַלט געװען 24 יאָר. דער עולם האָט שטורמיש אַפּלאָדירט אירע װערטער, װאָס האָבן מיט אַ רויִקן טאָן, ממש פֿון אַ דערציִערין, געפֿאָדערט נישט צו פֿאַרגעסן און אַרבעטן מיט דער יוגנט. די װערטער פֿונעם פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟ זײַנען געװען געװידמעט דער אַרגענטינער פּרעזידענטין, װאָס האָט געלייקנט די רעפּרעזענטאַטיװקייט פֿון דער „דאַיאַ‟. מיט דעם „פּאַרטיזאַנער הימען‟ איז דער אָװנט געשלאָסן געװאָרן.
דאָנערשטיק, דעם 23סטן אַפּריל, איז דערעפֿנט געװאָרן דער 14טער אינטערנאַציאָנאַלער ביכער־יאַריד פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס. דאָס יאָר װעלן זיך באַטייליקן איבער 100 לעקטאָרן פֿון 25 לענדער. עס װעלן פֿונקציאָנירן 11 זאַלן פֿאַר רעפֿעראַטן און קאָנצערטן; 186 געשטעלן, װוּ דער עולם קען געפֿינען מציאות, און מען שאַצט, אַז מען װעט איבערשטײַגן דעם 1.2 מיליאָן באַזוכערס פֿון פֿאַראַיאָרן. ייִדישע ביכער װעט מען קענען קויפֿן אינעם געשטעל פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה. איינער פֿון די אַקטן פֿון דעם טאָג פֿון דער דערעפֿענונג האָט די שטאָט געװידמעט די 70 יאָר פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון אוישװיץ און די 100 יאָר פֿון דעם אַרמענער גענאָציד. עס האָבן רעפֿערירט דער שרײַבער מאַרקאָס אַגיניס און דער נאַציאָנאַלער קאָנטראָלירער אַוגוסטאָ דעספּויִ. אויף זייערע רעפֿעראַטן איז דער זאַל געווען פֿול.
מיטװאָך, דעם 22סטן אַפּריל איז פֿאָרגעקומען אויפֿן בית־עולם פֿון טאַבלאַדאַ, בײַם מאָנומענט, װאָס דערמאָנט די אַרגענטינער געפֿאַלענע אין די פֿאַרשיידענע מלחמות אין ישׂראל און די קרבנות פֿון טעראָריזם, די צערעמאָניע פֿון יום־הזיכּרון, ערבֿ דעם 67סטן טאָג פֿון דער ישׂראלדיקער אומאָפּהענגיקייט. מיט דער באַטייליקונג פֿון דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָרין, דורית שבֿיט, פֿאָרשטייער פֿונעם ייִשובֿ, משפּחות פֿון געפֿאַלענע און דעלעגאַציעס פֿון ייִדישע שולן האָט מען אָפּגעגעבן כּבֿוד די, װעלכע האָבן בײַגעטראָגן מיט זייערע לעבנס פֿאַר דער עקזיסטענץ פֿון דער ייִדישער מדינה. פֿרײַטיק װעט פֿאָרקומען דער לחיים, װאָס די אַמבאַסאַדע אָרדנט אײַן, און דער צענטראַלער אַקט װעט פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 27סטן אַפּריל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.