די טראַגעדיע פֿונעם אַרמענישן פֿאָלק

Tragedy of the Armenian people

אין די טרויער־טעג לזכר די אומגעבראַכטע 1.5 מיליאָן אַרמענער בעת דעם  גענאָציד, אַפּריל 21, 2015
Getty Images
אין די טרויער־טעג לזכר די אומגעבראַכטע 1.5 מיליאָן אַרמענער בעת דעם גענאָציד, אַפּריל 21, 2015

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published April 24, 2015, issue of May 15, 2015.

הונדערט יאָר זײַנען אַדורך זינט די שוידערלעכע געשעענישן, וועלכע האָבן זיך אָנגעהויבן דעם 24סטן אַפּריל 1915, און האָבן זייער טײַער אַפּגעקאָסט דעם אַרמענישן פֿאָלק. אין די יאָרן 1915־1916 זײַנען אין טערקײַ, וואָס האָט זיך דעמאָלט אַליִיִרט מיט דײַטשלאַנד און עסטרײַך, אומגעקומען בערך אָנדערטהאַלבן מיליאָן אַרמענער.

וויפֿל קען לעבן און בלײַבן פּײַנלעך אַ זכּרון וועגן אַ נאַציאָנאַלער טראַגעדיע? איך האָב ניט קיין ענטפֿער אויף אָט דער פֿראַגע. ניט לאַנג צוריק איז אין מײַן קלאַס געווען אַ סטודענטקע פֿון אַ ספֿרדישער משפּחה, וואָס היט נאָך אַלץ אָפּ אַ שליסל, אַ רעאַלן צי אַ סימבאָלישן, פֿון דעם הויז, וווּ די אָבֿות זייערע האָבן געוווינט ביזן גירוש־שפּאַניע. בעת איינער אַ לעקציע האָב איך — כ’געדענק ניט אַקעגן וואָס — דערמאָנט דײַטשלאַנד ווי דאָס לאַנד, וווּהין, לויט דער מיינונג פֿון אַ סך ייִדן, דאַרף מען ניט פֿאָרן. האָט די דאָזיקע סטודענטקע אונדז דערציילט, אַז איר באָבע דערלויבט איר ניט צו פֿאָרן קיין שפּאַניע. מיט אַנדערע ווערטער, ס׳לעבט אין איר סבֿיבֿה די טראַוומע זינט דעם 15טן יאָרהונדערט, שוין אַריבער פֿינף הונדערט יאָר.

פֿאַר די אַרמענער (זיכער ניט פֿאַר אַלע) איז די וווּנד נאָך ניט פֿאַרהיילט געוואָרן. עס בלײַבט וויכטיק פֿאַר זיי צו האָבן אַן אינטערנאַציאָנאַלע אָנערקענונג פֿון דער טראַגעדיע ווי אַ גענאָציד. אַרום דעם דאָזיקן וואָרט, „גענאָציד‟, פֿירן אַ טעטיקייט טויזנטער מענטשן איבער דער גאָרער וועלט. דער ציל איז אויסצופּועלן אַן אָפֿיציעלע אָנערקענונג פֿאַר אַזאַ דעפֿיניציע פֿון דעם, וואָס די טערקן האָבן אָפּגעטאָן אין יענער צײַט, אין דעם ברען פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה.

אין אַריבער צוואַנציק לענדער, אַרײַנגערעכנט פֿראַנקרײַך, רוסלאַנד, בעלגיע, ליטע, טשעכיע און אַרגענטינע, איז עס שוין אָנערקענט געוואָרן. אָנערקענט דעם גענאָציד האָט לעצטנס אויך דער אייראָפּעיִשער פּאַרלאַמענט, און דער פּויפּסט האָט גענוצט דאָס דאָזיקע ג־וואָרט. אין אַמעריקע האָבן זיך צו אָט דער דעפֿיניציע פֿאַראייניקט 43 שטאַטן, ווי אויך אַ היפּש ביסל כּלערליי אָרגאַניזאַציעס, ייִדישע בתוכם. אָבער אין וואַשינגטאָן וויל מען ניט רייצן טערקײַ, אַ סטראַטעגיש וויכטיקן שותּף.

ישׂראל וויל אויך זיך ניט פֿאַרפֿירן מיט טערקײַ איבער דעם דאָזיקן ענין. אמת, הײַנט, ווען די באַציִונגען מיט טערקײַ זײַנען סײַ־ווי־סײַ שלעכטע, וואָלט מען עס, דאַכט זיך, שוין געקענט טאָן. אָבער דעמאָלט וואָלט זיך באַליידיקט נאָך איין לאַנד — אַזערבײַדזשאַן, וואָס האָט אַ „פֿאַרפֿרוירענעם‟ טעריטאָריעלן קאָנפֿליקט מיט אַרמעניע. מיט טערקײַ, וואָס האָט אַן אייגענע מיטאָלאָגיע פֿון די געשעענישן אין 1915־1916, האַלט ניט אונטער אַרמעניע קיין דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען זינט 1993, כאָטש אַזאַ אָפּגעזונדערטקייט ברענגט אַ סך שאָדן דער אַרמענישער עקאָנאָמיע.

מעהמעט טאַלאַט פּאַשאַ איז געווען דער מענטש, אויף וועלכן ס’איז געלעגן די הויפּט־פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿאַרן גענאָציד פֿון די אַרמענער. ער איז געווען דער מיניסטער פֿון אינערלעכע ענינים. נאָכן קראַך פֿון דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע איז ער אַנטלאָפֿן פֿון לאַנד און האָט זיך באַזעצט אין דײַטשלאַנד, אונטער אַן אַנדער נאָמען. אָבער אין גאַנצן פֿאַרבאַהאַלטן זיך איז אים ניט געלונגען: דעם 12טן מאַרץ 1921 האָט אַ יונגער אַרמענער, סאָגהאָמאָן טעבליריאַן, דעם געוועזענעם מיניסטער דערשאָסן. מע האָט דעם נקמה־נעמער געמישפּט און באַשלאָסן, אַז ער איז ניט שולדיק, ווײַל דער אמתער מערדער איז געווען דער געוועזענער מיניסטער.

איך בין זיכער, אַז אַלע האָבן גלײַך דערהערט אין דער געשעעניש אַן אָפּקלאַנג פֿון שלום שוואַרצבאַרדס ענין, אויך פֿון נוקם זײַן זיך פֿאַר מאַסן־מערדערײַ, בפֿרט אין דעם בלוט־אָנגעזעטיקטן יאָר 1919. שוואַרצבאַרד האָט אין מײַ 1926 דערהרגעט אין פּאַריז דעם געוועזענעם פֿירער פֿון אוקראַיִנע — פּעטליורע. און דער סוף איז געווען דער זעלבער: שוואַצבאַרדן האָט מען פֿרײַגעזאָגט.

אין דעצעמבער 1921 איז אַן אַנדער געוועזענער הויכגעשטעלטער טערק דערהרגעט געוואָרן אין רוים, און אין אַפּריל 1922 האָבן די אַרמענער ווידער געשאָסן אין געוועזענע טערקישע אָנגעשטעלטע אין בערלין.

איך ווייס ניט, צי די ייִדישע קינסטלערישע ליטעראַטור האָט דירעקט אָפּגעשפּיגלט די אַרמענישע טראַגעדיע. אָבער מע קען רעדן וועגן אַן אומדירעקטער אָפּשפּיגלונג. איך מיין דוד בערגעלסאָנס דערציילונג „צווישן עמיגראַנטן‟, וואָס דעם לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ דאַרף זײַן גוט באַקאַנט. וועגן דעם דאָזיקן ווערק איז שוין פֿאַראַן אַ היפּשע אַקאַדעמישע ליטעראַטור.

אין „צווישן עמיגראַנטן‟ ווערט דערציילט וועגן אַ ייִד, וואָס האָט דערקענט אין בערלין, בשכנות מיט זיך, אַן אוקראַיִנישן פּאָגראָמשטשיק און טראַכט וועגן נקמה נעמען פֿאַר די פֿאַרברעכנס פֿונעם גזלן, וועלכער „האָט אַליין אָנגעפֿירט מיט פּאָגראָמען — מיט די לעצטע, סאַמע שרעקלעכע.‟

„צווישן עמיגראַנטן‟ איז צום ערשטן מאָל פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין יאָר 1923, דרײַ יאָר פֿאַרן ענין פֿון שוואַרצבאַרד־פּעטליורע, אָבער אין קורצן נאָך די מאָרדן אין בערלין און רוים. בערגעלסאָן איז אין יענער צײַט געווען אַ בערלינער תּושבֿ און האָט מיטגעאַרבעט מיטן „פֿאָרווערטס‟. ס’איז גאָר ניט אויסגעשלאָסן, אַז דווקא די אַרמענישע נקמה־נעמער האָבן אַ שטופּ געטאָן בערגעלסאָנען אָנצושרײַבן „צווישן עמיגראַנטן‟.

עיקר־שכחתּי:

אַז מע רעדט שוין וועגן בערגעלסאָנען, איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז מע קען זיך באַקענען מיט אַ פֿרישער ענגלישער איבערזעצונג פֿון זײַן ראָמאַן „מידת־הדין‟, אויך אָנגעשריבן אין דער בערלינער תּקופֿה פֿון זײַן לעבן:

//www.yiddishbookcenter.org/pakn-treger/04-15/strict-justice-chapter-one