פֿרויען ווייסן גאַנץ גוט ווי שווער עס איז פֿאַרן ווײַבערישן מין צו קאָנקורירן מיט דער מענערישער וועלט, אַרײַנצוקריגן זיך אין זייערע דלותּ אַמות, און אין צווישן אָנווערן זיך אַליין. לאָמיר אָנהייבן מיט די „סאַפֿראָדזשעטן‟־פֿרויען, וועלכע האָבן גענומען פֿאָדערן שטים־רעכט אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. זיי זײַנען באַשטאַנען פֿון געבילדעטע און באַוווּסטזיניקע פֿרויען, וועלכע האָבן אײַנגעזען, אַז ס’טויג נישט ווען עס קומט צו גלײַכע רעכט, וואָס בלויז מענער זײַנען דערצו זוכה געווען.
קודם, האָבן זיי אויפֿגערודערט ענגלאַנד, דעם פּאַרלאַמענט, דאָס קעניגלעכע הויז, די פּאָליטיקער. די מענער־ראַסע האָט פּראָטעסטירט, און דאָס פֿאָלק האָט נישט געוווּסט ווער ס’האָט זיי דעם קאָפּ געמאַכט. די פֿרויען האָבן אויפֿגעריסן הײַזער פֿון פּאָליטיקער, געגאַנגען זיצן אין דער חד־גדיא, אַפֿילו אָנגעקומען צו טשערטשילן, אָבער קיינער, קיינער פֿון די מענער האָט נישט אײַנגעשטימט צו געבן פֿרויען די וואַל־רעכט. דער מענערישער מין האָט זיך געהאַלטן שטאָל און אײַזן אין דער פּרימיטיווער, אַלטערטימלעכער זאַבאָבאָנע, אַז פֿרויען זײַנען אַ נידעריקערע ראַסע, און זיי טויגן זיך בלויז אויס אין קיך, בײַם קינדלען, כאָווען קינדער, אָבער נישט אין פּאָליטיק.
ערשט אין אָנהייב 1920ער יאָרן האָט מען באַוויליקט אין אַמעריקע פֿרויען צו שטימען. האָט עס גענומען, הייסט עס, כּמעט הונדערט יאָר ביז אַ פֿרוי אין אַמעריקע, אַ פֿרוי ווי הילאַרי ראַדאָם־קלינטאָן, האָט זיך דערוועגט זיך צוצושטעלן מיט איר קאַנדידאַטור צו די קומענדיקע וואַלן, וואָס וועלן ערשט פֿאָרקומען אין 2016.
קודם, איז אַמעריקע אויף אַזוי פֿיל אָפּגעשטאַנען, אַז דער געדאַנק אַליין צו האָבן אַ פּרעזידענטקע, אַ פֿרוי, איז ממש הימל עפֿן זיך, ווען אינדיע האָט שוין געהאַט אינדיראַ גאַנדי; ענגלאַנד — מאַרגאַרעט טעטשער, מדינת־ישׂראל — גאָלדע מאיר. אויף גאָלדען האָט מען טאַקע אַמאָל געזאָגט, אַז זי איז געווען דער איינציקער מאַנספּאַרשוין אין דער כּנסת. קיינעם איז דעמאָלט נישט אײַנגעפֿאַלן צו דרייען מיט דער נאָז; פֿאַרקערט, מען האָט אָפּגעשאַצט גאָלדעס „שולחן־ערוך‟, (אַגבֿ, זי האָט געפֿירט איר פּאָליטיק אין קיך), איר חריפֿות און איר פּאָליטישן פֿאַרנעם.
איך בין הילאַרין לגמרי נישט מקנא, ווײַל אויב דאָס מאָל געווינט זי, וועט זי ירשענען אַ צעיושעטן מיטעלן מיזרח, אַרומגערינגלט מיט מענער דעספּאָטן, סאַדיסטן, טיראַנען, וואָס געהערן צו דער שטיינער־עפּאָכע, ווילדע פֿעלקער, וואָס הרגענען זיך אויס איינער דעם צווייטן ווי די פֿליגן אויף פֿליגן־פּאַפּיר, און דראָען די שכנישע פֿעלקער מיט אויסראָטונג, קעפּ־האַקער; מענער, וואָס פֿאַרשלעפּן הונדערטער מיידלעך און קיינער ווייסט נישט וווּ זייער געביין איז אַהינגעקומען; אַ וועלט, וווּ רעליגיעזע אונטערשיידן פֿירן צו פֿאַרטיליקונג, ווער רעדט שוין פֿון אַ שטילשטאַנד.
הילאַרי וועט מוזן קאָנקורירן מיט דער ברוטאַלער מענערישער וועלט און זיך אַליין פֿאַרוואַנדלען אין אַ מאַנספּאַרשוין אויף צו קעמפֿן און אפֿשר באַקעמפֿן די פּאָליטישע גוואַרדיעס, געצילט קעגן איר. עד־כּאן, ביז אַהער שטייט זי נאָך נישט אונטער דער חופּה, אַזוי אַז ס’איז נאָך געבליבן אַ געוויסער צײַט־אָפּשניט ביז זי וועט קענען צוקומען צום „ווײַסן־הויז‟.
דערווײַל האָט זיך אויף איר אַראָפּגעלאָזט די מחנה מענער פֿון קאָנגרעס, אויך אירע קאָנקורענטן, וואָס זוכן עבֿירות פֿון אונטער דר’ערד אויף צו פֿאַרמיאוסן זי, דערנידעריקן און באַליידיקן זי און וואָס אין קאָרט שטייט.
אָבער הילאַרי איז נישט פֿון די טשיפּע זיבעלעך, זי קען זיך איר שטעטל אַליין באַשטיין. זי, ווי מיר האָבן עס שוין געזען, פֿאַרמאָגט אַמביציע אויף דער צונג און ס’רעשט אויף דער לונג. פּאָליטיק פֿליסט אין איר בלוט־שטראָם, זי אָטעמט פּאָליטיק, זי ווייסט גענוי מיט וועמען זי דאַרף דאָ גיין צום טיש. ס‘איז שוין נישט קיין סוד, אַז זי האָט געהאַט אַ האַנט אין ביל קלינטאָנס, איר מאַנס דערפֿאָלג ווי דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, וועלכער איז געבליבן באַליבט בײַם עולם ביזן הײַנטיקן טאָג.
דערווײַל האָב איך זיך אָנגעשטויסן אין אַ מעשׂה וועגן פֿרויען און דעם אימפּעראַטאָר אַלכּסנדר מוקדון, וועלכער האָט אײַנגענומען אַ וועלט, און דאָס איז פֿאַר אים נישט געווען גענוג. האָט ער צונויפֿגערופֿן זײַנע חכמים, עצה־געבער און שטערן־זעער, און זיי אָנגעזאָגט, אַז ער וויל זיך אַרויסלאָזן אײַננעמען אַפֿריקע. האָבן זיי אים געזאָגט, אַז אַפֿריקע געפֿינט זיך לעבן די הרי־חושך, און אַז ער וועט זיך מוזן אײַנהאַנדלען אײזלען אין לוביען, וועלכע זעען אין דער פֿינצטער, מיטנעמען מיט זיך קנוילן שטריק, און בײַם אומקערן זיך פֿון די הרי־חושך, זאָל ער פֿונאַנדערבינדן די קנוילן שטריק אויף צו וויסן ווי אומצוקערן זיך אַהיים.
איז אַלכּסנדר מוקדון אָנגעקומען קיין קאַרטיגען, אַ מדינה, וווּ עס האָבן געהערשט לויטערע פֿרויען, און געוואָלט מיט זיי פֿירן מלחמה. האָבן זיי אים אויסגעלאַכט:
„ביסט דאָך עפּעס אַ חכם אַלכּסנדר, און דאָ האַלטסטו זיך בײַם באַנאַרישן. ווײַל אויב דו וועסט געווינען, וועט מען אויף דיר זאָגן, אַז דו האָסט בלויז אומגעבראַכט פֿרויען. וועט מען פֿון דיר לאַכן, מ’וועט זאָגן, ׳דו הייבסט זיך אָן מיט פֿרויען? מיט פֿרויען גייסטו פֿאַרפֿירן מלחמה?׳ און דערצו וועט מען זאָגן, אַז דו האָסט די מלחמה קעגן פֿרויען גוט פֿאַרשפּילט…‟
האָט דער אימפּעראַטאָר באַפֿוילן אויפֿצושרײַבן אויף די טויערן פֿון קאַרטיגען:
„איך, אַלכּסנדר מוקדון, בין אַ נאַרישער קעניג. אָט בין איך געקומען קיין קאַרטיגען און די פֿרויען האָבן מיך געלערנט שׂכל!‟
לאָמיך אײַך אויסזאָגן אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אויב פֿרויען וואָלטן געפֿירט די וועלט, וואָלטן מיר נישט אויסגעשטאַנען די געברענטע צרות פֿון די אַלע מלחמות און הריגות, ווײַל מיר, פֿרויען, פֿאַרגיסן בלוט בײַם ברענגען לעבן אויף דער וועלט, ווי קען מען עס אויסלעשן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.