אַן אינטערוויו מיט שאול זאַריט

An Interview with Saul Zaritt

שאול זאַריט
Facebook
שאול זאַריט

פֿון לייזער בורקאָ

Published April 26, 2015, issue of May 15, 2015.

פֿאַר אַ יאָרן, ווען פּראָפֿ׳ רות ווײַס האָט זיך פּענסיאָנירט פֿון האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, האָט זיך אונדזער ייִדיש־וועלטל אַ טרייסל געטאָן: געוואַלד, וואָס טוט מען; וווּ געפֿינט מען דעם מענטש, וואָס איז ראָוי צו פֿאַרנעמען די פּאָזיציע, וואָס רות ווײַס האָט פֿאַרנומען איבער צוואַנציק יאָר? טאָמער געפֿינט מען ניט, וועט ניט זײַן קיין פּראָפֿעסאָר פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור אין האַרוואַרד, דער חשובֿסטער אוניווערסיטעט אין גאַנץ אַמעריקע. דאָס וואָלט געווען אַ בראָך סײַ פֿאַר דער ייִדיש־פֿאָרשונג, סײַ פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך גופֿא, וואָס וואָלט פֿאַרלוירן אַ זײַל פֿון איר הײַנטיקן פּרעסטיזש און אָנזען אין דער וועלט.

צו אונדזער גליק, האָבן די האַרוואַרדער חכמים און מקובלים געקענט זיך אָפּשטעלן אויף אַ קאַנדידאַט — ניט אויף אַן אַלטן געלערנטן, וואָס זאָל איצט ווערן דער נײַער פֿולער פּראָפֿעסאָר, נאָר אויף אַ יונגן, וואָס זאָל דערווײַל אָנהייבן ווי אַן אַסיסטענט־פּראָפֿעסאָר. אויסגעקליבן האָבן זיי שאול זאַריט, וואָס איז צופֿעליק אַ חבֿר מײַנער, אויך אַ דאָקטאָראַנט בײַם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק. ער וועט דאָרט אָנהייבן לערנען אין האַרבסט 2016, נאָך איין יאָר בײַם וואַשינגטאָן־אוניווערסיטעט אין סיינט־לויִס, וווּ ער וועט באַקומען אַ „פּאָסט־דאָק‟־סטיפּענדיע. האָב איך געוואָלט אים אָפּגעבן מזל־טובֿ און שעפּן נחת פֿון דעם, וואָס איינער פֿון „אונדזער מאַנשאַפֿט‟ האָט געוווּנען דעם גרויסן פּריז; ווי אויך מאַכן מיט אים דעם ערשטן אינטערוויו וועגן דער דאָזיקער וויכטיקער דערגרייכונג אין זײַן קאַריערע פֿון אַ פֿאָרשער.

ר׳ שאול, עס קומט דיר אַ גרויסער מזל־טובֿ און אַ יישר־כּוח, האָסט באַקומען איינע פֿון די בעסטע פּאָסטנס אין דער ייִדיש־פֿאָרשונג! ווי דערקלערסטו עס?

קטנתּי! אַחוץ דעם, וואָס איך בין נאָר איינער פֿון אַ היפּשער גרופּע יונגע און פֿעיִקע פֿאָרשער, האָט דאָ צוגעשפּילט דער פֿאַקטאָר פֿון זײַן צוגעפּאַסט, וואָס אין אַקאַדעמישע קרײַזן רעדט מען אַ סך וועגן דעם. דאָס הייסט: איך בין ניט אומבאַדינגט דער בעסטער ייִדיש־פֿאָרשער, אָבער צווישן די קאַנדידאַטן, וואָס מע האָט פֿאַרבעטן קיין האַרוואַרד, בין איך געווען גוט צוגעפּאַסט צו די דאָרטיקע אָפּטיילן. מיר האָבן הײַנט אויף דער וועלט נישט ווייניק פֿאָרשער, און איך בין צווישן זיי, וואָס זוכן נײַע וועגן צו פֿאָרשן ייִדיש. איך האָף, אַז מײַן שטעלע קען דינען ווי אַ פּלאַטפֿאָרמע צו העלפֿן זיי אין דעם. איך זע דאָס ווי אַן אָנערקענונג פֿאַר אונדזער אַרבעט און אַ באַשטעטיקונג, אַז מיר דאַרפֿן סײַ ממשיך זײַן די אַרבעט פֿון אונדזערע „רביס‟, סײַ אויפֿטאָן עפּעס נײַס. די עיקר־פֿראַגע איז: וואָס קען מען הײַנט טאָן מיט ייִדיש נאָך דער תּקופֿה פֿון קאָנסערווירונג און אַנטאָלאָגיזאַציע?

איז וואָס טוט מען טאַקע?

קודם־כּל, וויל איך ניט זאָגן, אַז מע דאַרף פֿאַרלאָזן די אַרבעט פֿון קאָנסערווירונג, פֿאַרשטייט זיך. ס׳זײַנען נאָך פֿאַראַן שרײַבער און טעקסטן און געשיכטעס וואָס מע דאַרף זיי „ראַטעווען‟, אַזוי צו זאָגן. אָבער מע מוז אויך זוכן די נײַע פֿאָרמען און קאָנטעקסטן פֿון דער ייִדישער פֿאָרשונג. ווי אַן אָנהייב קען עס מיינען צו זוכן קאָנטאַקטן מיט דער אַלגעמיינער אַקאַדעמיע, און נישט נאָר באָרגן טעאַריעס און מעטאָדאָלאָגיעס וואָס שטאַמען פֿון אַנדערע דיסציפּלינען; זוכן נײַע טעאָריעס וואָס קומען פֿון ייִדיש, און זיי צוגעבן צום „גרויסן שמועס‟. דאָס איז מײַן אַחריות: מיט מײַן שטעלע צו שטיצן אַנדערע יונגע פֿאָרשער, זיי זאָלן האָבן אַ קול סײַ אין דער ייִדישער פֿאָרשונג, סײַ אין דער אַלגעמיינער פֿאָרשונג. למשל, מיר הייבן איצט אָן אַ נײַעם דיגיטאַלן זשורנאַל פֿאַר דער ייִדיש־פֿאָרשונג, וואָס הייסט „אין געוועב‟. האַרוואַרד איז אַ נאָמען מיט פּרעסטיזש, און איך האָף, אַז דער פּרעסטיזש פֿון האַרוואַרד וועט אויך העלפֿן אויפֿצוהייבן „אין געוועב‟ און עס מאַכן פֿאַר אַ וויכטיקן זשורנאַל אין דער וועלט.

ווי אַזוי האָט מען זיך אָפּגערופֿן אויפֿן זשורנאַל? צי האָבן די פֿאָרשער אַרײַנגעשיקט אַ סך זאַכן?

יאָ, מיר האָבן באַקומען אַ סך איבערזעצונגען, אַרטיקלען — ווייניקער. דאָס איז אויך אַ פֿראַגע פֿון פּרעסטיזש, ווײַל פֿאָרשער ווילן ניט, אַז זייערע אַרטיקלען זאָלן זיך דרוקן אין עפּעס אַ קליין זשורנאַלכל, וואָס וועט אפֿשר ניט עקסיסטירן לאַנג. זיי מיינען, אַז אוניווערסיטעטן און חזקה־קאָמיטעטן ווילן נאָר געדרוקטע אַרטיקלן, וואָס איז טאַקע אַ נאַרישער מיטאָס. אָבער, בכלל, הייבט עס אָן זיך צו ענדערן, און דיגיטאַלע זשורנאַלן ווערן וויכטיק און אַפֿילו וויכטיקער ווי די טראַדיציאָנאַלע געדרוקטע זשורנאַלן. מיר האָפֿן, אַז דער נײַער פּרעסטיזש וועט זיי געבן צו פֿאַרשטיין, אַז עס וועט זײַן אַ כּבֿוד פֿאַר זיי צו לאָזן זייערע זאַכן זיך דרוקן בײַ אונדז — דער איינציקער זשורנאַל פֿאַר דער ייִדישער פֿאָרשונג.

פֿון וואַנען איז געקומען דער נאָמען „אין געוועב‟?

דער נאָמען און דער פּלאַן פֿאַרן זשורנאַל זײַנען צו ערשט אײַנגעפֿאַלן פּראָפֿ’ דוד ראָסקעסן פֿון ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר. ער האָט געוואָלט שאַפֿן אַ „וועב־פּאָרטאַל‟, אַ מין אַרכיוו פֿאַר זעלטענע דיגיטאַליזירטע ביכער און מאַטעריאַלן, וואָס וואָלט אויך אַרײַנגענומען אַקאַדעמישע אַרטיקלען וועגן ייִדישע לימודים. דער נאָמען איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ וואָרטשפּיל, וואָס קלינגט טאַקע ווי אַ ייִדישער זשורנאַל, אויפֿן מוסטער פֿון „אין שפּאַן‟ און פֿון אַנדערע זשורנאַלן. עס איז אויך דער טיטל פֿונעם לעצטן בוך פֿונעם פּאָעט יהואש. דער נאָמען „אין געוועב‟ ווײַזט, אַז די נײַע היים פֿון דער ייִדיש־פֿאַרשונג איז אין אינטערנעץ און „אין געוועב‟ פֿונעם „גרויסן שמועס‟.

אַ ביסל פֿון אונדזער געשיכטע: זינט 2008, ווען דער לעצטער נומער „חוליות‟ איז אַרויס אין ישׂראל, האָבן מיר ניט געהאַט קיין אַקאַדעמישן זשורנאַל פֿאַר דער ייִדיש־פֿאָרשונג, אַלע האָבן געדאַרפֿט דרוקן זייערע זאַכן אין אַנדערע זשורנאַלן. איז די „נעמי־פֿונדאַציע‟ געוואָרן פֿאַראינטערעסירט אין דעם פּראָיעקט און געווען גרייט צו שטיצן ראָסקעסעס פּלאַן. ראָסקעס האָט געמיינט, אַז דאָס קען ער ניט טאָן אַליין, מע דאַרף דאָך יונגע מענטשן, וואָס טויגן זיך אויס אין קאָמפּיוטערײַ און אַזוי ווײַטער. האָט ער אַ געוויסע צײַט געזוכט די ריכטיקע מענטשן, ביז ער איז געפֿאַלן אויף מיר און איתן קענסקי. קענסקי איז דער פּרעזידענט פֿונעם זשורנאַל, און איך, ווי דער הויפּט-רעדעקטאָר, אַרבעט מיט די אַנדערע רעדאַקטאָרן, דער עיקר, מינדל כּהן, שׂרה זאַראָו, עמאַ מאָרגענסטערן, סאַני יודקאָף, שׂרה פּאָניטשטעראַ, און דזשעסיקאַ קערזיין. 

וואָס זאָגסטו צו די ייִדישיסטן, וואָס באַקלאָגן זיך, אַז דער זשורנאַל גייט אַרויס אויף ענגליש? 

צום באַדויערן (אָדער צום גליק), איז ענגליש הײַנט געוואָרן די וויכטיקסטע שפּראַך פֿאַר ייִדישע לימודים. אויב עמעצער וועט דרוקן אַ בוך אָדער אַן אַרטיקל, וואָס וועט איבערקערן די וועלט און מאַכן אַ רעוואָלוציע אין דער ייִדיש־פֿאָרשונג, וועט דאָס זײַן אויף ענגליש. אָבער מיר האָבן געוואָלט בויען אַ פֿאָרום, וואָס זאָל זײַן כּמעט צוויי־שפּראַכיק, דער עיקר, אויף ענגליש, אָבער אויב עס וועט זײַן אַן איבערזעצונג, למשל, זאָל דאָרט אויך זײַן דער ייִדישער אָריגינאַל (איבערטיפּירט מיטן ייִוואָ־אויסלייג, אויב מעגלעך). מעטאָדאָלאָגיש גערעדט, ווילן מיר בויען אַ זשורנאַל, וואָס וועט צוציִען לייענער צו ייִדיש. „אין געוועב‟ קען זײַן אַ טויער אָדער אַ טיר, וואָס וועט געבן פֿאָרשער, סטודענטן און כּלערליי לייענער אַ חשק צו ייִדיש.

צי איז דאָ אַ האָפֿענונג, אַז מע וועט עס אַ מאָל אויך דרוקן אויף פּאַפּיר?

צו וואָס? דיגיטאַליש איז בעסער, ווײַל מע קען דאָרט זוכן עלעקטראָניש, מע קען עס מיטנעמען אומעטום; מע קען אַרויסגעבן די אַרטיקלען, ווי באַלד זיי זײַנען גרייט, מע דאַרף ניט וואַרטן; און דרוקן ניט נאָר דעם אַרטיקל אַליין, אַרויס פֿון קאָנטעקסט, נאָר צוזאַמען מיט אַ ריי זאַכן, וואָס זײַנען פֿאַרבונדן. למשל, אַן אַרטיקל וועגן דער ניסתּר קען מען פֿאַרבינדן מיט זײַנס אַ בריוו פֿון אַרכיוו; מיט אַ בילד פֿון שאַגאַל, אויב עס האָט אַ שײַכות; מיט אַן אינטערוויו מיט אַ מומחה אין דער סאָוועטיש־ייִדישער ליטעראַטור — בקיצור, מע קען אַרום דעם אַרטיקל שאַפֿן אַ „וואָלקן‟ פֿון טעקסטן און אָביעקטן, וואָס העלפֿן דעם לייענער בעסער צו פֿאַרשטיין דעם ענין.

אפֿשר איז דיר דער פּאָסטן אין האַרוואַרד געווען באַשערט; ביסט דאָך אויפֿגעוואַקסן אין באָסטאָן?

איך בין געבוירן געוואָרן אין וווּסטער, מאַסאַטשוסעטס, איין שעה פֿון באָסטאָן, און מײַנע עלטערן וווינען נאָך דאָרטן. מײַן טאַטע האָט אַפֿילו שטודירט אין האַרוואַרד, געמאַכט אַ מאַגיסטער אין „פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור‟ — אינעם זעלביקן אָפּטייל, וווּ איך וועל איצטער זײַן אַ פּראָפֿעסאָר. מיר האָבן געהאַט אַפֿילו אַ קרובֿ, אַ מאַטעמאַטיקער, אָסקער זאַריסקי, וואָס איז דאָרט געווען אַ פּראָפֿעסאָר אין די 1950ער און 1960ער יאָרן. 

צי האָסטו ניט מורא, אַז דו וועסט דאָרט לערנען מיט תּלמידים, וואָס ווייסן מער וועגן דער ניסתּר, ווי דו?

דאָס איז סתּם אַ פּאָזע פֿון די האַרוואַרד־סטודענטן, וואָס זײַנען אפֿשר צו זיכער אין זיך. אַפֿילו די סאַמע קליגסטע סטודענטן — און זיי זײַנען טאַקע זייער קלוג — קענען ניט וויסן, וואָס מיר ווייסן, ווײַל מיר לייענען די דאָזיקע ליטעראַטור שוין יאָרן, זיצן על התּורה ועל העבֿודה. און בכלל, איך וויל ניט טראַכטן וועגן דער באַציִונג צווישן לערער און סטודענט ווי אַ פֿאַרמעסט. הלוואַי זאָלן מיר זיך לערנען צוזאַמען און אויסברייטערן די ייִדיש־פֿאָרשונג.

פֿאַר וואָס איז דער אָפּטייל געווען ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין דײַן אַרבעט?

מײַן דיסערטאַציע פֿאַרנעמט זיך מיטן באַגריף וועלט־ליטעראַטור, און דאָס איז אַ גרויסע טעמע בײַ די מאָדערנע טעאָרעטיקער. וועלכע שרײַבער ווערן פֿאַררעכנט פֿאַר וועלט־שרײַבער, און ווי אַזוי זעצט מען זיי איבער אויף אַנדערע שפּראַכן — אָדער נישט? וואָס מיינט עס ווען אַ שרײַבער אַליין נעמט אָן דעם סטאַטוס פֿון אַ וועלט־שרײַבער, אַפֿילו אויב ער האָט ניט קיין לייענער? אונדזער פּאָעט גלאַטשטיין, למשל, האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ גרויסן מאָדערניסט, אָבער מע האָט אים כּמעט ניט איבערגעזעצט. איין מאָל האָט ער באַמערקט אין אַ שמועס מיטן קריטיקער אירווינג האַו: „איך דאַרף קענען אָדען (Auden), אָבער אָדען דאַרף מיך ניט קענען‟ — אָדער עפּעס ענלעכס צו דעם זאָג.

צוריק גערעדט, איז ניט אומבאַדינגט אַ טראַגעדיע, וואָס מע ווערט ניט איבערגעזעצט, ווײַל דער שרײַבער וואָס וויל האָבן אַ וועלט־נאָמען, דאַרף אײַנגיין אויף געוויסע קאָמפּראָמיסן. באַשעוויס און אַש, למשל, האָבן געוואָלט לאָזן איבערזעצן זאַכן, וואָס זײַנען נאָך ניט באמת גרייט צום דרוק, אָדער אַפֿילו צולאָזן שלעכטע איבערזעצונגען; אָדער שאַפֿן אַ בילד פֿון ייִדישקייט, וואָס אַ סך קריטיקער קענען ניט אָננעמען; אָדער פֿלירטעווען מיט סענסאַציאָנעלע און איבערגעטריבענע טעמעס צוליב אַנדערע עסטעטישע, אידיאָלאָגישע און אַפֿילו קאָמערציעלע צילן. דאָס זײַנען פּראָבלעמען, וואָס באַשווערן - און באַרײַכערן - דאָס לעבן פֿון אַ סך שרײַבער אין אַ סך שפּראַכן איבער דער וועלט.

צי האָסטו אפֿשר עצות צו העלפֿן אַנדערע יונגע פֿאָרשער און דאָקטאָראַנטן געפֿינען אַן אַרבעט?

דער עיקר, דאַרף מען קענען רעדן וועגן דער פֿאָרשונג מיט אַלעמען, אַפֿילו מיט אַזעלכע מענטשן, וואָס האָבן ניט קיין אינטערעס צו דעם. אין האַרוואַרד, למשל, זײַנען די מענטשן, וואָס האָבן מיר געגעבן די שטעלע, ניט געווען קיין ייִדישיסטן און האָבן נישט געקענט אונדזער פֿעלד פֿון אינעווייניק. מע דאַרף קענען רעדן מיט אַזעלכע מענטשן אויף אַזאַ אופֿן, אַז זיי זאָלן זיך פֿאַראינטערעסירן מיט דער טעמע, כאָטש זיי הייבן ניט אָן צו וויסן, וואָס מע רעדט, זיי האָבן נישט דעם זעלביקן הינטערגרונט. אַ דאָקטאָראַנט דאַרף פֿון סאַמע אָנהייב טראַכטן וועגן דעם, ווי אַזוי צו רעדן וועגן ייִדיש אויף אַן אופֿן, וואָס פֿירט צו אַ ברייטערן שמועס מיט אַנדערע.

האָסט געזאָגט, אַז די יונגע ייִדיש־פֿאָרשער דאַרפֿן הײַנט זוכן נײַע וועגן, נײַע ריכטונגען — וואָסערע, למשל?

עס זײַנען דאָ אַ סך וויכטיקע טעמעס, וואָס עמעצער דאַרף זיך נאָך פֿאַרנעמען מיט זיי: ייִדיש און די ייִדישע קולטור מחוץ ניו־יאָרק און וואַרשע און די גרויסע צענטערס, נאָר — אין לאָס־אַנדזשעלעס, אין שיקאַגאָ, אין ביאַליסטאָק אאַז”וו. אָדער די שונד־ליטעראַטור ווי אַ זשאַנער, וואָס איז געווען זייער וויכטיק פֿאַרן ברייטן עולם, כאָטש מיר לייענען עס הײַנט ניט. עס זײַנען אויך פֿאַראַן אַ סך נײַע טעאָרעטישע ריכטונגען, וואָס האָבן צו טאָן מיט „גענדער‟ (מין), מיט איבערזעצונג, מיט וועלט־קולטור. מיר דאַרפֿן רעדן מיט אונדזערע קאָלעגן אין די אַנדערע אָפּטיילן און אַנגאַזשירן זיך אין דעם גרויסן שמועס. נעמט, למשל, ס’רובֿ פֿאָרשער פֿון העברעיִש אין ישׂראל הײַנט, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער העברעיִשער ליטעראַטור פֿון מיזרח־אייראָפּע, און ייִדיש קענען זיי אויפֿן שפּיץ מעסער, אויב זיי קענען עס בכלל. מיר דאַרפֿן זײַן פֿיל־שפּראַכיקע פֿאָרשער: רוסיש, פּויליש, ייִדיש, העברעיִש, דײַטש, ענגליש, פֿראַנצייזיש אאַז”וו, כּדי צו רעדן וועגן ייִדיש ווי אַ טייל פֿון געשיכטעס און „נעצווערק‟, וואָס זײַנען פֿאַרבונדן און צונויפֿגעוועבט. און אויב איך קען אַליין ניט די אַלע שפּראַכן, דאַרף איך אַרבעטן צוזאַמען מיט אַנדערע פֿאָרשער, וואָס קענען, און לייענען זייערע ווערק. דאָס איז איינער פֿון די צילן פֿון „אין געוועב‟: צו דרוקן אַרבעטן פֿון פֿאָרשער, וואָס פֿאַרנעמען זיך ניט מיט ייִדיש, געוויינטלעך, אָבער האָבן פֿאָרט אַ שײַכות מיט ייִדיש, און קענען אויך צוטראָגן נײַע מעטאָדאָלאָגיעס, נײַע שפּראַכן, נײַע קולטורן. מיר דאַרפֿן זען ייִדיש ניט נאָר ווי אַ שפּראַך פֿאַר זיך — דאָס איז אַ סכּנה פֿון דער נטיה צו קאָנסערווירן און פּרעזערווירן, מע לייגט ייִדיש אַרײַן אין אַ מין קאַפּסל, כּדי עס אויפֿצוהיטן. מיר דאַרפֿן זוכן דעם גרעסערן קאָנטעקסט, כּדי אויסצוברייטערן אונדזער פֿעלד.