(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אָבער אין דער תּקופֿה פֿון מאָדערניזאַציע פֿון אינדוסטריע און האַנדל זײַנען די ייִדן אין ענגלאַנד געװען װײניקער מצליח װי אין אַמעריקע. די אַמעריקאַנער עקספּאַנסיע קײן מערבֿ און דרום האָט פֿאַרברײטערט דעם מאַרק פֿאַר ביליקע, נאָר שטאַרקע און דױערהאַפֿטיקע בגדים. טױזנטער ייִדישע פּעדלער האָבן באַדינט פֿאַרמערס אין מיטל־מערבֿ און דרום, װאָס האָבן ניט געהאַט קײן צוטריט צו גרױסע האַנדל־שטעט; און װען מען האָט אַנטדעקט גאָלד אין קאַליפֿאָרניע, האָט דאָס געשאַפֿן גאָלדענע געלעגנהײטן פֿאַר די, װאָס האָבן געקאָנט אױף גיך אױספֿאַרטיקן און צושטעלן גראָבע בגדים פֿאַר אַרבעטער. דעם גרעסטן דערפֿאָלג האָט געהאַט דער ייִדישער סוחר לוי סטרויס, װאָס האָט צײַטיק געעפֿנט אַ געשעפֿט אין סאַן־פֿראַנציסקאָ.
אָבער דער אמתער אױפֿשװוּנג אין בגדים־האַנדל אין אַמעריקע איז גורם געװאָרן דורכן בירגערקריג. בײדע אַרמײען, די צפֿונדיקע און די דרומדיקע, האָבן זיך גענײטיקט אין מונדירן און שיך. די נײ־פֿאַבריקן האָבן באַקומען ריזיקע באַשטעלונגען פֿאַר אַ סחורה, װאָס איז געװען גאַנץ אײנהײַטלעך. דער עיקר, איז געװען זי צוצושטעלן גיך און אין גרױסע פּאַרטיעס. אינעם בעסטן מצבֿ פֿאַר אַזעלכע באַשטעלונגען זײַנען געװען די ייִדישע פֿאַבריקן אין מיטל־מערבֿ, קודם־כּל, אין סינסינאַטי, װוּ עס איז שױן צו יענער צײַט געװען אַ היפּשע ייִדישע קהילה פֿון דײַטשישע אימיגראַנטן.
אין דרום איז די געשיכטע געװען אַנדערש. דער בױמװאָל, װאָס איז געװאַקסן אױף די דרומדיקע פּלאַנטאַציעס, איז לרובֿ באַאַרבעט געװאָרן אין ענגלאַנד. קײן סך נײ־אינדוסטריע איז אין דרום ניט געװען, און מע האָט געפּרוּװט צו באַשטעלן מונדירן בײַ דער ייִדישער פֿירמע פֿון שאול און שמואל אײַזעקס אין לאָנדאָן. די פֿירמע האָט שױן באַקומען אַ שלעכטן שם צוליב דעם סקאַנדאַל מיט ליפֿערונגען פֿאַר דער בריטישער אַרמײ בעת דער מלחמה אין קרים. צום סוף, אָבער, איז די רעגירונג פֿון דער דרומדיקער קאָנפֿעדעראַציע ניט געװען אימשטאַנד צו באַצאָלן פֿאַר זײער ריזיקער באַשטעלונג, און די פֿירמע האָט באַנקראָטירט.
די מיזרח־אײראָפּעיִשע אימיגראַנטן, װאָס זײַנען געקומען מאַסנװײַז קײן אַמעריקע נאָך די 1880ער יאָרן, האָבן שױן געפֿונען אַן אַנטװיקלטע ייִדישע אינדוסטריע פֿון נײען און פֿאַרקױפֿן בגדים. דאָס איז געװען דער סאַמע זיכערער און אױסגעפּרוּװטער װעג צו שאַפֿן אַן אײגן געשעפֿט. אין ענגלאַנד, להיפּוך, זײַנען די מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדן פֿאַרבליבן פֿאַרשקלאַפֿט אין די „סװעטשאָפּס‟, אָן קײן סך מעגלעכקײטן צו פֿאַרבעסערן זײער עקאָנאָמישן מצבֿ און אַריבערשפּרינגען פֿון פּראָלעטאַריאַט אינעם קאַפּיטאַליסטישן קלאַס.
מיט װאָס זײַנען די ייִדן געװען אַנדערש פֿון די איבעריקע אימיגראַנטישע גרופּעס? מענדעלסאָן ענטפֿערט: „ניט דערמיט, װאָס זײ האָבן גענײט מער געשװינד, נאָר מיט די באַצװעקטע באַמיִונגען צו שאַפֿן אַן אײגן געשעפֿט.‟ ייִדן אין אַמעריקע האָבן מיט געניטקײט גענוצט נײַע מכשירים און טעכנאָלאָגישע חידושים; דערבײַ האָבן זײ געקאָנט זיך פֿאַרלאָזן ניט בלויז אױף די אײגענע כּוחות, נאָר אױך אױף דער שטיצע פֿון זײערע קרובֿים, לאַנדסלײַט און אַנדערע ייִדישע סוחרים און אונטערנעמער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.