ייִדן און שמאַטעס

Jews and Rags

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published April 26, 2015, issue of May 15, 2015.

די עקאָנאָמישע געשיכטע פֿון ייִדן האָט אין די לעצטע יאָרן צוגעצױגן אַן אינטערעס מצד יונגע באַגאַבטע היסטאָריקער. פֿאַר אַזאַ מין פֿאָרשונג דאַרף מען ניט נאָר קענען עטלעכע שפּראַכן און זײַן גוט באַהאַװנט אין דער אַלגעמײנער היסטאָרישער סיטואַציע פֿון דער תּקופֿה; מען דאַרף אױך פֿאַרמאָגן אַ ברײטערע געאָגראַפֿישע פּערספּעקטיװ, װײַל דער ייִדישער מיסחר און אינדוסטריע האָבן כּסדר געהאַט אַן אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַרנעם. דערצו נאָך דאַרף מען האָבן אַ ליטעראַרישן טאַלאַנט, כּדי צו באַלעבן דעם טרוקענעם שטאָף פֿון עקאָנאָמישע פֿאַקטן און טעכנישע פּרטים.

דאָס נײַע בוך פֿון אָדם מענדעלסאָן איז אַ גלענצנדיקער מוסטער פֿון אַזאַ מין װערק. די צענטראַלע טעמע פֿון זײַן פֿאָרשונג איז דער ייִדישער שמאַטע־האַנדל אין ענגלאַנד און אַמעריקע אינעם 19טן יאָרהונדערט. בעת־מעשׂה באַטראַכט דער מחבר אױך אַנדערע טײלן פֿון דער בריטישער אימפּעריע, אַזעלכע װי דרום־אַפֿריקע און אױסטראַליע. אין אַמעריקע, װי מענדעלסאָן באַװײַזט, האָט דער עקאָנאָמישער דערפֿאָלג פֿון ייִדן אין האַנדלען מיט אַלטע און נײַע בגדים פֿאַרזיכערט די עקאָנאָמישע פּאָזיציע, װאָס איז געװען אַ סך שטאַרקער אײדער זײער פּראָפּאָרץ אין דער אַלגעמײנער באַפֿעלקערונג: „עס זײַנען דאָ זײער װײניק אַנדערע צװײַגן פֿון מאָדערנער עקאָנאָמיע, װוּ ייִדן זײַנען געװען אַזױ חשובֿ.‟

מענדעלסאָנס פֿאָרשונג שעפּט פֿון אַ היפּשער מענגע סטאַטיסטישע אָנגאַבן. די דאָזיקע טרוקענע אינפֿאָרמאַציע װערט אַנאַליזירט און אַרײַנגעפֿלאָכטן אין אַ געשפּאַנטן סיפּור־המעשׂה. דאָס בוך דערצײלט אַ דראַמאַטישע געשיכטע פֿון הצלחות און מפּלות פֿון ייִדישע סוחרים און פֿאַבריקאַנטן אין ענגלאַנד און אַמעריקע. די דאָזיקע געשיכטע אַנטפּלעקט טיפֿערע פּאָליטישע, סאָציאַלע און עקאָנאָמישע סיבות, פֿאַר װאָס די ייִדן זײַנען געװאָרן אַזױ דערפֿאָלגרײַך אין בגדים־געשעפֿטן דװקא אין אַמעריקע, און ניט אין ענגלאַנד.

אָבער אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט איז בפֿירוש לאָנדאָן געװען דער װעלט־צענטער פֿאַר האַנדלען מיט אַלטע בגדים. צװײ ברידער אײַזעקס פֿון ליװערפּול האָבן געעפֿנט אינעם לאָנדאָנער איסט־ענד אַן אָפֿענעם מאַרקפּלאַץ, װוּ מען האָט געקאָנט קױפֿן און פֿאַרקױפֿן אַלטע בגדים און סתּם שמאַטעס. די סחורה פֿון דעם דאָזיקן מאַרק איז זיך צעגאַנגען איבער גאַנץ אײראָפּע און אַפֿילו אין די בריטישע קאָלאָניעס מעבֿר־לים. עס האָבן זיך אַנטװיקלט פֿאַרצװײַגטע ייִדישע נעצװערק פֿון זאַמלער, פֿאַרקױפֿער און קונים, װאָס האָבן געקױפֿט שניט־סחורה לאַחדים און הורטאָם.