אַדאַפּטירט פֿונעם נעקראָלאָג, װאָס פּראָפֿ’ חנה קראָנפֿעלד (בערקלי, קאַליפֿאָרניע) האָט אַרײַנגעשיקט אין דער „פֿאָרװערטס”־רעדאַקציע. הרשבֿ איז געװען קראָנפֿעלדס אַקאַדעמישער בעל־יועץ. זײ האָבן לעצטנס צוזאַמענגעאַרבעט אױף דער ריזיקער אַנטאָלאָגיע פֿון הרשבֿס פּאָעזיע, װאָס גײט איצט אין דרוק.
דאָנערשטיק, דעם 23סטן אַפּריל איז געשטאָרבן אין ניו־הײװן, קאָנעטיקאָט, דער גדול פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע־פֿאָרשונג פּראָפֿעסאָר בנימין הרשבֿ (פֿריִער׃ הרושאָװסקי) אין עלטער פֿון 86 יאָר. ער איז געװען באַקאַנט װי אַ געניאַלער טעאָרעטיקער און היסטאָריקער פֿון ליטעראַטור און קונסט, דער גרינדער פֿון דער „תּל־אָבֿיבֿער אַסכּולה‟ (שול) פֿון ליטעראַטור־װיסנשאַפֿט און מורה־דרך פֿון דורות סטודענטן. ער האָט מײַסטעריש איבערגעזעצט די ייִדישע און העברעיִשע פּאָעזיע אױף ענגליש (צוזאַמען מיט זײַן װײַב, באַרבאַראַ הרשבֿ); און די ייִדישע און דײַטשישע ליטעראַטור אױף העברעיִש. פּראָפֿ’ הרשבֿ איז אױך געװען אַן אױסגעצײכנטער פּאָעט; זײַנע װערק זענען אַרױס צום מערסטן טײל אונטער די פּסעװדאָנימען גבי דניאל (אױף העברעיִש) און ה. בנימין (אױף ייִדיש). ער איז אפֿשר געװען דער לעצטער גײַסטיקער יורש פֿון די פּײַטנים, די ייִדישע דיכטערס פֿון מיטל־עלטער, װען אַ פּאָעט און איבערזעצער איז ממילא אױך געװען סײַ אַ בעל־דיקדוק, סײַ אַ בעל־דיוק (אַ מײַסטער פֿון פּרעציזקײט).
הרושאָװסקי איז געבױרן געװאָרן אין װילנע אין 1928. זײַן טאַטע, ד”ר אַבֿרהם הרושאָװסקי־אַגסי, איז געװען אַ היסטאָריקער, װאָס האָט שפּעטער געלערנט אין אַ קאָאָפּעראַטיװער מיטלשול אין חיפֿה. זײַן מאַמע, דבֿורה פֿרײדקעס־הרושאָװסקי, איז געװען אַ פֿאַרװאַלטערין פֿון דער ייִדישער גימנאַזיע א”נ פֿון סאָפֿיע גורעװיטש. אין 1941 איז די משפּחה אַנטלאָפֿן אין די אוראַלער בערג אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, װוּ הרושאָװסקי האָט שטודירט מאַטעמאַטיק און פֿיזיק אין אָרענבערגער אוניװערסיטעט. נאָך דער מלחמה איז אַרױסגעגאַנגען זײַן ערשט ביכל לידער „שטױבן” (דער פּאָעט איז אַלט געװען 19 יאָר). אין 1948 איז ער אָנגעקומען קײן ישׂראל מיט דער לעצטער אומלעגאַלער שיף און תּיכּף אַרײַן אין אַרמײ. אין די 1950ער איז הרושאָװסקי געװען צװישן די ערשטע מיטגלידער פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע „לקראת”, װאָס איז שפּעטער געװאָרן דער „דור־המדינה”: יהודה עמיחי, נתן זך און דליה ראַװיקאָװיטש, צװישן אַנדערע. אין יאָר 1952, װען ער האָט אױסגעקלאַפּט דעם מאַניפֿעסט פֿון „לקראת”, איז ער שױן געװען אַ באַקאַנטער ייִדישער פּאָעט, װעלכן יעקבֿ גלאַטשטײן האָט געלױבט װי דער „המשך”, װאָס די ייִדישע ליטעראַטור באַדאַרף.
מיט אײן יאָר פֿאַרן דעביוט פֿון „לקראת” האָט ער, מיט אַבֿרהם סוצקעװערס דערמוטיקונג, געגרינדעט די ליטעראַרישע גרופּע „יונג־ישׂראל”. אין די יאָרן פֿון „לקראת” האָט ער אָנגעהױבן איבערזעצן אױף העברעיִש די לידער פֿון משה־לײב האַלפּערן, אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס און יהואש, צװישן אַנדערע. אין 1967 — געשאַפֿן דעם אָפּטײל פֿון פּאָעטיק און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט, און דערנאָכדעם געאַרבעט װי דער רעדאַקטאָר פֿון די אַקאַדעמישע זשורנאַלן „הספֿרות” און „Poetics Today”. אין 1975 האָט ער פֿאַרלײגט דעם אינסטיטוט פֿאַר פּאָעטיק און סעמיאָטיק א”נ פֿון פּאָרטער.
װי אַ רעזולטאַט פֿון זײַנע שטודיעס בײַ רענע װעלעקן אין יעיל־אוניװערסיטעט, און זײַן צוזאַמענאַרבעט מיט מאַקס און אוריאל װײַנרײַך, האָט הרושאָװסקי געשאַפֿן רעװאָלוציאָנערע טעאָריעס פֿון „װערסיפֿיקאַציע”, באַזירט אױף דער געשיכטע פֿון דער העברעיִשער און ייִדישער פּאָעזיע. ער האָט װײַטער אַנטװיקלט דערקלערונגען פֿון דעם פּאָעטישן מעטאַפֿאָר, דעם ליטעראַרישן און קינסטלערישן מאָדערניזם, און די פֿאַרבינדונג צװישן קלאַנג און באַטײַט — טעאָריעס, װאָס האָבן שטאַרק משפּיע געװען אױף דעם הײַנטיקן צוגאַנג צום ריטעם פֿון תּנ”כישער פּאָעזיע און צום „לײענען” שאַגאַלס בילדער (יאָ, „לײענען”, װײַל לױט הרושאָװסקין האָט שאַגאַל אױסגעמאָלט ייִדישע אידיאָמען). צוליב זײַנע ביכער און אַנטאָלאָגיעס האָבן די ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטורן, איבערגעזעצט און אױסגעטײַטשט אויף ענגליש, זיך געקענט באַפֿרײַען פֿון דער קולטורעלער „געטאָיִזאַציע”, װאָס האָט דעמאָלט געהערשט אין דער אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע.
נאָך זײַן צוריקציִען זיך פֿון דער אַרבעט אין תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט אין 1987 איז בנימין — איצט, הרשבֿ — אַריבער אין יעיל־אוניװערסיטעט, װוּ ער איז געװען דער פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִשער ליטעראַטור און שפּראַך א”נ פֿון בלױשטײן, און פֿון 1992 — פּראָפֿעסאָר פֿון סלאַװיסטיק. ער איז געװען אַ מיטגליד פֿון דער אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע פֿאַר קונסט און װיסנשאַפֿט, און פֿון דער ישׂראלדיקער אַקאַדעמיע פֿאַר װיסנשאַפֿט. אין 2005 האָט ער באַקומען דעם „פּרס־אמת” און אין 2008 דעם „פּרס־עקבֿיהו” פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון דער העברעיִשער פּאָעזיע. אַ נײַע אַנטאָלאָגיע פֿון בנימין הרשבֿס ייִדישע און העברעיִשע לידער („כּל השירים/אַלע װערק”) גײט באַלד אַרױס פֿונעם כּרמל־פֿאַרלאַג אין ישׂראל, אַ פּראָיעקט װאָס ער האָט, צוזאַמען מיט דער פּראָפֿעסאָרין חנה קראָנפֿעלד (בערקלי), באַװיזן צו פֿאַרענדיקן אין די לעצטע פּאָר װאָכן פֿון זײַן לעבן.
דער „פֿאָרװערטס” דריקט אױס אונדזער טיפֿסטן מיטגעפֿיל זײַן אַלמנה, באַרבאַראַ הרשבֿ (ניו־הײװן); זײַנע קינדער, אהוד און מירבֿ הרושאָװסקי, תּמי הרושאָװסקי, דפֿנה און אורי קוק; און זײַנע אײניקלעך הילה, יואבֿ, גיא, ניצן, דוד און טל (ישׂראל).
דעם צװײטן מאַרץ 2015 האָט איציק בלימאַן זיך געטראָפֿן מיט פּראָפֿעסאָר הרשבֿ אין ניו־הײװן. דער ציל איז געװען צו פֿילמירן עטלעכע קורצע לעצקיעס פֿאַרן „לײענזאַל” (www.leyenzal.org) װעגן דער סאָװעטישער און אַמעריקאַנער ייִדישער פּאָעזיע. אָט איז אַן אױסצוג פֿון זײַן ערשטער לעקציע, אָדער װי ער אַלײן האָט עס פֿאָרמולירט, פֿון זײַן „פֿאָרלײענונג מיט הערות”. דעם טעקסט פֿון משה קולבאַקס ליד, „װאָס מיר שטאַרבן, װען מיר שטאַרבן!”, לייענט אונטן.
װאָס מיר שטאַרבן, װען מיר שטאַרבן!
ס’איז אַ שפּריצעניש
פֿון פֿאַרבן.
ס’איז אַ בײַט׃ –
פֿרײד אױף קלעמעניש
פֿון לעבן;
ס’איז אַ נעמעניש
און געבן
אין דער צײַט…
פֿון „אַ שפּיגל אױף אַ שטײן: אַנטאָלאָגיע. פּאָעזיע און פּראָזע פֿון צװעלף פֿאַרשניטענע ייִדישע שרײַבערס אין ראַטן־פֿאַרבאַנד”. צונױפֿגעשטעלט פֿון בנימין הרושאָװסקי, אַבֿרהם סוצקעװער, חנא שמערוק. ירושלים׃ מאַגנעס־פֿאַרלאַג, 1964. ז’ 520.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.