באַצאָלט פֿאַרן קוקן פּאָרנאָגראַפֿיע

Paid To Watch Porn

דזשייסאָן פֿרעדעריק גילבערט
Hillel Kuttler
דזשייסאָן פֿרעדעריק גילבערט

פֿון הלל קאָטלער (ייִט״אַ)

Published April 26, 2015, issue of May 15, 2015.

ווען זײַן 4־יאָריקער זון איז אינעם קינדערגאָרטן, פֿאַרמאַכט דזשייסאָן פֿרעדריק גילבערט די טיר פֿון זײַן קליינעם היים־ביוראָ און הייבט אָן צו קוקן פּאָרנאָגראַפֿישע פֿילמען. פֿאַר זײַן שוויגער האָט ער נישט מורא; ער פֿאַרמאַכט אָבער די טיר, כּדי צו הערן בעסער די סעקסועלע ווידעאָ־סחורה.

דער 37־יאָריקער טאַטע אַרבעט אין אַ ישׂראלדיקער פֿירמע, וואָס זעצט איבער אויסלענדישע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען און פֿילמען, און באַגלייט זיי מיט העברעיִשע אונטערקעפּלעך. אַ גרויסן טייל פֿון זיי פֿאַרנעמט פּאָרנאָגראַפֿיע. מיט העברעיִשע נעמען, ווערן די פֿילמען געוויזן אויף דער ישׂראלדיקער קאַבל־טעלעוויזיע. די ווייניקער פּאָפּולערע אָרטיקע פּראָדוקציע ווערט, געוויינטלעך, געוויזן אויף דער אינטערנעץ.

אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט גילבערט דערקלערט, אַז ער זעצט איבער די געוויינטלעכע „וואַנילע‟־סחורה, וווּ עס ווערט געוויזן, ווי שיינע פֿרויען פֿאַרנעמען זיך מיט סעקס מיט שטאַרקע מוסקוליעזע מענער. קיין פֿעטישיסטישע אָדער סאַדאָ־מאַזאָכיסטישע סצענעס זענען אין די פֿילמען נישטאָ.

גילבערט האָט דערציילט, אַז יעדעס יאָר קוקט ער איבער אונטערקעפּלעך פֿון בערך 30 „געזונטע‟ פּאָרנאָגראַפֿישע פֿילמען, ווי ער דריקט זיך אויס. זײַן תּל-אָבֿיבֿער פֿירמע, Trans Lines, שיקט אים איבער די העבעריִשע דיאַלאָגן, און ער קאָנטראָלירט די קוואַליטעט פֿון די איבערזעצונגען. בדרך־כּלל, באַשטייט דער „סצענאַר‟ אין אַזעלכע מאַטעריאַלן פֿון טיפּישע גאַנץ פּשוטע פֿראַזעס און אויסגעשרייען: „אַך! גוואַלד! לאָמיר עס טאָן נאָכאַמאָל?‟. צומאָל מוז גילבערט אָבער צוטראַכטן שעפֿערישע העברעיִשע עקוויוואַלענטן פֿון פּאָפּולערע ענגלישע סעקסועלע אויסדרוקן.

דוד בן־גוריון, דער ערשטער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, האָט אַמאָל געזאָגט, אַז הלוואַי זאָלן ייִדישע זונות און גנבֿים רעדן איבעראַל אין זייער לאַנד אויף העברעיִש. וועגן פּאָרנאָגראַפֿישע קינאָ־קעפּלעך האָט ער דעמאָלט, געוויס, נאָך נישט געטראַכט. לויט די ישׂראלדיקע געזעצן, מוזן אַלע אויסלענדישע פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען באַגלייט ווערן מיט העברעיִשע איבערזעצונגען. די דאָזיקע געזעצן דערמעגלעכן געוויסע יחידים צו האָבן אַזאַ אומגעוויינטלעכע „שמאַלציקע‟ פּרנסה.

לכתּחילה, האָט גילבערט, אַ גראַדואַנט פֿונעם „טעמפּל־אוניווערסיטעט‟ אין פֿילאַדעלפֿיע, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן, געוואָלט ווערן אַ רעזשיסאָר. אינעם יאָר 2011 האָט ער געשאַפֿן אַ דאָקומענטאַר וועגן זײַן אייגענער „שנה־ראשונה‟ נאָך דער חתונה. מיט פֿיר יאָר שפּעטער, האָט ער פֿילמירט אַ קינאָ־דערציילונג וועגן זײַן היים־שטאָט. אינעם יאָר 2003 האָט ער אָבער אָנגעהויבן מיטאַרבעטן מיט אַן אָרטיקער פּאָרנאָגראַפֿישער פֿירמע.

אינעם יאָר 1987, ווען גילבערט איז געווען אַ 10־יאָריק קינד, האָט ער זיך באַזעצט מיט זײַן משפּחה אין ישׂראל. דערנאָך האָט ער זיך געלערנט אין אַמעריקע, אָפּגעדינט אין צה״ל ווי אַ מיליטערישע רעזשיסאָר, און אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ רעדאַקטאָר פֿון פּאָרנאָגראַפֿישע איבערזעצונגען.

אַ סך מענער וואָלטן געחלומט וועגן אַזאַ קאַריערע. גילבערט האָט דערקלערט, אַז מע צאָלט אים גאַנץ ווייניק, און אַז במשך פֿון דער צײַט האָט ער אינגאַנצן פֿאַרלוירן די עראָטישע געפֿילן פֿון די סצענעס, ווערנדיק שוין זאַט נאָכן איבערקוקן כּלערליי פּאָרנאָגראַפֿישע מאַטעריאַלן. ווייניק מענטשן אין דער קינאָ־אינדוסטריע נעמען אָן אַזאַ אַרבעט, כּדי נישט קאַליע צו מאַכן זייער שלום־בית. אין זײַן פֿאַל אָבער, שטערט נישט די פּרנסה די באַציִונגען מיט זײַן פֿרוי, וואָס אַרבעט אין אַ טעכנאָלאָגישער פֿירמע. גילבערט האָט צוגעגעבן, אַז צומאָל טראַכט ער, אַז ער פֿאַרנעמט זיך מיט אַ נאַרישער נוצלאָזיקער אַרבעט, ווײַל הגם די ישׂראלדיקע רעגירונג צווינגט די טעלעוויזיע־קאַנאַלן איבערצוזעצן אַלץ אויף העברעיִש, וועט יעדער אַנטציקטער צוקוקער גלאָצן אויף די סצענעס; די אונטערקעפּלעך וועט קיינער, למעשׂה, נישט לייענען.