מער ווי 3,600 מענטשן זענען אומגעקומען בעת דעם שרעקלעכן ערד־ציטערניש אין נעפּאַל. הגם ישׂראל געפֿינט זיך גאַנץ ווײַט פֿונעם געליטענעם ראַיאָן, האָבן אַ סך ישׂראלים זיך דאָרטן געפֿונען שבת, דעם 25סטן אַפּריל, ווען די נאַטור־קאַטאַסטראָפֿע איז אויסגעבראָכן. טויזנטער ישׂראלדיקע טוריסטן מיט רוקזעק, בפֿרט די דעמאָביליזירטע סאָלדאַטן פֿון צה״ל, קלעטערן כּסדר אויף די נעפּאַלער הימאַלײַען־בערג. קיין נעפּאַל פֿאָרן אויך אַ סך ישׂראלדיקע האָמאָסעקסואַלן און פּאָרפֿעלקער, וואָס קאָנען נישט האָבן אַ קינד אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן צוליב מעדיצינישע פּראָבלעמען, כּדי צו געפֿינען אַן אָרטיקע סוראָגאַט־מאַמע אויסצוטראָגן זייערע קינדער.
לויט דעם ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום, געפֿינען זיך איצט אין נעפּאַל בערך 2,000 ישׂראלים. זונטיק נאָכמיטאָג, דעם 26סטן אַפּריל, איז געבליבן אומקלאָר, וואָס ס׳איז געשען מיט בערך 200 פֿון זיי. כּדי אויסצוגעפֿינען די אינפֿאָרמאַציע, האָט מע געשאַפֿן אַ ספּעציעל זײַטל אויפֿן „פֿייסבוק‟. אַ טייל אַנדערע האָבן איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן איבערלעבט דאָס ערד־ציטערניש אָן אַ פֿיזישן היזק אָדער אָפּגעקומען מיט לײַכטע וווּנדן. אַ צאָל יונגע ישׂראלים, וועלכע האָבן זיך פֿאַרבונדן מיט זייערע משפּחות אויפֿן צווייטן טאָג נאָכן ערד־ציטערניש, האָבן נישט געוווּסט וועגן די ריזיקע מאַסשטאַבן פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע און האָבן זיך דערפֿאַר נישט געאײַלט איבערצוגעבן, אַז זיי האָבן נישט געליטן.
די אָרגאַניזאַציע „תּבֿל בצדק‟, וואָס ברענגט ישׂראלים און ייִדן פֿון אַמעריקע און אייראָפּע קיין נעפּאַל, בורונדי און האַיִטי אויף פֿרײַוויליקע הילף־פּראָגראַמען, האָט מיטגעטיילט, אַז בײַ אירע 40 וואָלונטירן און 7 מיטאַרבעטער איז אַלץ אין אָרדענונג, הגם איין דאָרף מיטן נאָמען קאַלימאַטי, וווּ די אָרגאַניזאַציע האָט געאַרבעט, איז אינגאַנצן צעשטערט געוואָרן בעת דעם ערד־ציטערניש. די וואָלונטירן קלײַבן זיך דאָרטן צו בלײַבן, כּדי צו העלפֿן די אָרטיקע תּושבֿים, וואָס זענען געבליבן אָן אַ היים.
בערך 150 ישׂראלים שלאָפֿן איצט אינעם הויף פֿון דער ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע אין דער נעפּאַלער הויפּטשטאָט, קאַטמאַנדו. נאָך 100 האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אינעם אָרטיקן חב״ד־צענטער. הרבֿ יחזקאל ליפֿשיץ, דער ליובאַוויטשער שליח אין קאַטמאַנדו, האָט דערציילט, אַז ער האָט געהאַלטן אינמיטן דעם לייענען די ספֿר-תּורה אין זײַן שיל, ווען דער באָדן האָט פּלוצעם גענומען זיך שאָקלען ווי אַ „ווינטמיל‟.
די ישׂראלדיקע רעגירונג און דאָס אַמבולאַנץ־דינסט „מגן־דוד אדום‟ האָט אָפּגעשיקט ראַטירער און 95 טאָן הומאַניטאַרע הילף קיין נעפּאַל. 260 סאָלדאַטן פֿון צה״ל און 40 דאָקטוירים וועלן דאָרטן בלײַבן במשך פֿון צוויי וואָכן און אויפֿשטעלן אַ צײַטווײַליקן פֿול־אויסגעשטאַטן פֿעלד־שפּיטאָל.
דער ישׂראלדיקער אויסערן־מיניסטעריום האָט איבערגעגעבן, אַז 25 נײַ־געבוירענע עופֿעלעך בלײַבן דערווײַל שטעקן אין נעפּאַל מיט זייערע ישׂראלדיקע עלטערן. זייערע סוראָגאַט־מאַמעס זענען, געוויינטלעך, פֿרויען פֿון אינדיע. כּדי צו פֿאַרשאַפֿן די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט פֿאַר די קינדער, מוז מען קודם דורכפֿירן אין נעפּאַל אַ גענעטישן טעסט, כּדי צו באַווײַזן, אַז זייער טאַטע איז אַ ישׂראלדיקער מאַן. די ביאָלאָגישע מאַמעס זענען אַנאָנימע דאָנאָרס פֿון איי־צעלן.
אַ צאָל עופֿעלעך, ערשט געבוירן מיט אַ וואָך צוריק, וווינען איצט מיט זייערע טאַטע־מאַמעס אין געצעלטן לעבן דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין קאַטמאַנדו. דער מצבֿ פֿון די טראָגעדיקע סוראָגאַט־מאַמעס בלײַבט אויך נישט קלאָר, ווײַל מחמת דעם ערד־ציטערניש זענען די אָרטיקע שפּיטעלער געפֿערלעך געפּאַקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.