אין מיטן אַפּריל איז פֿאָרגעקומען אין וואַרשע די ערשטע פֿון די צוויי קאָנפֿערענצן, וואָס ווערן פּלאַנירט הײַיאָר, געווידמעט דעם 100סטן יאָרצײַט פֿון דעם ייִדישן קלאַסישן שרײַבער יצחק־לייבוש פּרץ (1852—1915); און היות ווי דער באַרימטער צוויי-שפּראַכיקער ייִדיש-העברעיִשער שרײַבער האָט, ווי באַקאַנט, זײַן גאַנץ לעבן פֿאַרבראַכט אין פּוילן, איז נאַטירלעך צו אָרגאַניזירן קאָנפֿערענצן און אונטערנעמונגען לכּבֿוד אים אין זײַן היימישער סבֿיבֿה. להיפּוך צו שלום-עליכמען, וואָס פֿלעגט אַ סך אַרומוואַנדערן איבער שטעט, לענדער, און קאָנטינענטן אין גאַנג פֿון זײַן לעבן, האָט עס אַ קליינעם שײַכות צו פּרצן.
ס׳איז נישט בלויז דער פֿאַקט, אַז פּרץ האָט געוווינט אין פּוילן (געבוירן געוואָרן אין זאַמאָשטש, און געמאַכט זײַן ליטעראַרישע קאַריערע אין וואַרשע), נאָר עס האָט אויך צו טאָן מיט דעם, אַז ער האָט „גערעדט‟ צו די פּוילישע ייִדן. ער איז געווען טעטיק און האָט געטראַכט און געשריבן בפֿרט וועגן זייער גורל, זייער מצבֿ, זייער קיום, זייערע לײדן און פּײַן; אַ קיצור, ער איז געווען דער מנהיג-הדור פֿון די פּוילישע ייִדן.
האָט די קאָנפֿערענץ געטראָגן דעם טיטל „טראַדיציע און דער אַוואַנגאַרד: די דרײַ-שפּראַכיקע ליטעראַטור פֿון פּוילישע ייִדן‟, און זי איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט, בשותּפֿות מיטן תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, דעם „בן-גוריון אוניווערסיטעט אין נגבֿ‟, און נאָך אַנדערע אינסטיטוציעס. אָנגעהויבן האָט זיך די קאָנפֿערענץ אויף דעם גרויסן ייִדישן בית-החיים אין וואַרשע, וווּ מע האָט געהאַלטן אַ רירנדיקע צערעמאָניע לעבן דעם שיינעם אוהל-פּרץ.
פּראָפֿעסאָר דוד ראָסקעס האָט פֿאָרגעלייענט פּרצעס אַ פּאָר טעקסטן, און גערעדט וועגן זײַן אייגנאַרטיקן חשיבֿות צו דער ייִדישער קולטור-געשיכטע. איינער פֿון די טעקסטן, פֿאָרגעלייענט פֿון ראָסקעסן, איז געווען פּרצעס באַרימט ליד „האָף און גלייב‟, וואָס איז אַליין געוואָרן אַ הימען. די דריטע און לעצטע סטראָפֿע פֿון דעם ראָמאַנטיש-איראָנישן ליד קלינגט אַזוי:
נײַע רויזן, נײַע בלומען
וועקט דעם פֿרילינגס זיסער הויך;
עס וועט שײַנען, שמעקן, זינגען!
און — אויף אונדזער קבֿר אויך…
פֿון דער לעצטער שורה, ווערט עס קלאָר למאַי ראָסקעס האָט אויסגעקליבן דווקא דאָס ליד פֿאָרצולייענען בײַ פּרצעס קבֿר: האָפֿענונג, גלייבן, און טויט פֿאַרסך-הכּלען פֿאַר אַ סך די געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן; אָנגעשריבן פֿון אַ פּאָעט, וואָס זײַן קאַריערע האָט אויפֿגעבליט גאָר שפּעט אין זײַן לעבן. איך אַליין האָב געהאַט דעם זכות פֿאָרצולייענען דעם טעקסט, וואָס איז אָנגעשריבן מיט ווײַסע, שוין האַלב-אָפּגעמעקטע אותיות אויף דעם רויטן מירמל-שטיין פֿונעם אוהל-פּרץ. דער דאָזיקער אויסצוג איז כּידוע גענומען געוואָרן פֿון פּרצעס באַקאַנטער סימבאָליסטישער דראַמע „די גאָלדענע קייט‟:
אַזוי גייען מיר,
זינגענדיק און טאַנצנדיק…
מיר גרויסע, גרויסע ייִדן,
שבת-יום-טובֿדיקע ייִדן,
די נשמות פֿלאַקערן!
פֿאַר אונדז וואָלקן — שפּאַלטן זיך!
הימלען — פּראַלן ד׳טויערן אויף!
אין ענן־הכּבֿוד שווימען מיר אַרײַן.
פֿון דער רירנדיקער צערעמאָניע זענען די קאָנפֿערענץ-באַטייליקטע „אַרײַנגעשוווּמען‟ אין דרײַ פֿול-געפּאַקטע טעג פֿון סעסיעס און לעקציעס, וואָס נישט ווייניק פֿון זיי האָבן טאַקע אַרומגערעדט די טעמע „פּרץ‟. איין זאַך איז קלאָר אַרויסגעקומען, וואָס שײך דער אָרגאַניזירונג: די וווּנדערלעכע גלײַכצײַטיקע איבערזעצונג, פּויליש-ענגליש און ענגליש-פּויליש, האָט דערוויזן, אַז מע דאַרף זיך נישט יעדעס מאָל אונטערגעבן צו דער דאָמינירונג פֿון דער ענגלישער שפּראַך אויף אַזעלכע אונטערנעמונגען. אַ דאַנק דער איבערזעצונג, איז געשאַפֿן געוואָרן אַן אינטערעסאַנטער דיאַלאָג צווישן די היגע פּוילישע פֿאָרשער, וואָס מעגן, ווי עס דאַרף צו זײַן, האַלטן לעקציעס אויף זייער שפּראַך, און די פֿאָרשער פֿון דער גאָרער וועלט אויף ענגליש, ווײַל ס׳רובֿ פֿון זיי קענען נישט קיין פּויליש.
בײַ מיר איז עס שוין געווען דער דריטער באַזוך אין וואַרשע, האָב איך געקאָנט זען, ווי די שטאָט האָט זיך שיין אַנטוויקלט און זיך מאָדערניזירט צווישן מײַן ערשטן קומען אַהער מיט אַ צען יאָר צוריק, און הײַנט צו טאָג. די נײַע בנינים, רעסטאָראַנען, די גרויסע צאָל טוריסטן און קאָנפֿערענץ־באַטייליקטע, אַן עפֿעקטיווע פֿאַרקער-סיסטעם — אַלע האָבן באַטאָנט דעם גרויסן שוווּנג, וואָס גייט אָן אין דעם לאַנד. און ווער ווייסט, אפֿשר נאָך דעם וואָס בערלין איז געוואָרן אַזאַ מין פּאָפּולער אָרט פֿאַר די ישׂראל-אימיגראַנטן, וועלן כוואַליעס ישׂראלים גאָר אין גיכן זיך אַריבערציִען אין דער אויפֿגייענדיקער פּוילישער הויפּט-שטאָט? צי וואָלט עס פּרצן טאַקע צופֿירדן געשטעלט?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.