„פֿעליקס און מיירע‟

"Felix and Meira"

אַן עפּיזאָד פֿון דעם פֿילם „פֿעליקס און מיירע‟
אַן עפּיזאָד פֿון דעם פֿילם „פֿעליקס און מיירע‟

פֿון לייזער בורקאָ

Published April 29, 2015, issue of May 15, 2015.

זיכער איז „פֿעליקס און מיירע‟ דער ערשטער גוטער פֿילם וועגן חסידים אויף ייִדיש — און אפֿשר אויך אויף ענגליש און פֿראַנצייזיש. ס׳איז טשיקאַווע, אַז מיר האָבן געדאַרפֿט וואַרטן ביז דער יונגער פֿראַנצויזיש־קאַנאַדער רעזשיסאָר מאַקסים זשירו זאָל מאַכן אַזאַ פֿילם, בשעת אונדזערע טויזנטער ייִדן אין האַליוווּד האָבן עס נאָך ניט באַוויזן אין משך פֿון הונדערט יאָר. נאָר אַזוי איז דאָס: צום קלאָרסטן זעען די גויים די אמתע שיינקייט פֿון ייִדישן לעבן.

פֿון דעסטוועגן, איז „פֿעליקס און מיירע‟ ניט קיין לויבגעזאַנג וועגן חסידים. פֿאַרקערט, ס’איז די געשיכטע פֿון אַ חסידיש ווײַבל, וואָס פֿירט אַ ליבע מיט אַ גוי און, צום סוף, פֿאַרלאָזט זי דעם חסידישן לעבנס־שטייגער. ס׳איז אָבער אַ סובטילער פּאָרטרעט, ניט דאָגמאַטיש, און מאָלט אַ סימפּאַטיש בילד אויך פֿונעם חסידישן מאַן, וואָס זי לאָזט איבער. דער סצענישער הינטערגרונט, די שפּראַך, און דער אויפֿפֿיר פֿון די העלדן איז אָן אַ שיעור מער אויטענטיש, ווי מע זעט עס אין כּמעט אַלע אַנדערע פֿילמען וועגן חסידים.

דער עיקר, איז אַזוי געשען אַ דאַנק לאָזער טשווערסקין, אַן אַקטיאָר אינעם פֿילם (ער שפּילט מיירעס מאַן), וואָס איז אַליין אַ געוועזענער סאַטמערער פֿון ברוקלין, און האָט געדינט דעם פֿילם ווי אַן עצה־געבער. ער האָט געהאָלפֿן, אַז די אַנדערע אַקטיאָרן זאָלן אויך רעדן אַ היימישן ייִדיש אויף אַ נאַטירלעכן שטייגער, מיט אַ סך ענגליש אַרײַנגעבראָקט. (פֿרעגט זיך, צי די חסידים אין מאָנטרעאָל רעדן פּונקט דעם זעלבן ייִדיש ווי דאָ, און מישן ניט אַרײַן קיין פֿראַנצייזיש? כ’האָב אַ מאָל געוווינט בײַ אַ מאָנטרעאָלער ייִד, אַ גערער חסיד, האָט ער, דער עיקר, גערעדט ענגליש.)

דער „שטערן‟ פֿונעם פֿילם איז הדס ירון (יאַראָן), וואָס שפּילט מיירע מיט אַזאַ איידלקייט, שטילקייט, און קינדערישקייט, אַז ס’איז אוממעגלעך זי פֿאָרצושטעלן ווי אַ ווידערשפּעניקע פֿרוי, וואָס רעוואָלטירט קעגן דער וועלט, וווּ זי איז אויפֿגעוואַקסן. ירון האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש פֿאַר דער ראָלע, און זי רעדט מיט אַזאַ קליין קולכל, אַז ס׳איז אַ מאָל שווער זי צו הערן. זי זעט אויס אין גאַנצן אומשולדיק, אַפֿילו ווען זי טוט זאַכן וואָס זי טאָר ניט: שפּילן פּאָפּולערע גוייִשע מוזיק, נעמען פֿאַרהיטונג־פּילן (כּדי ניט צו האָבן מער קינדער), אָנטאָן הויזן אאַז״וו.

ירון שטראַלט אַרויס דאָס זעלביקע תּמימות און נאַיִווקייט ווי אינעם געראָטענעם ישׂראל־פֿילם „למלא את החלל‟ (אָנפֿילן די ליידיקייט) — דער בעסטער פֿילם וועגן חסידים אויף העברעיִש, וווּ זי האָט געשפּילט אַ חסידישע טאָכטער, וואָס האָט חתונה מיטן מאַן פֿון איר פֿאַרשטאָרבענער שוועסטער, כּדי די משפּחה זאָל בלײַבן צוזאַמען. דאָרט איז זי געווען אַ יונגע צדקת, וואָס ברענגט זיך ווי אַ קרבן פֿאַר דער משפּחה, און דאָ טוט זי פֿאַרקערט; אָבער מע פֿילט צו איר די זעלביקע סימפּאַטיע און מיטגעפֿיל. דער צוקוקער ווייסט אינסטינקטיוו, אַז זי איז ניט שולדיק אין גאָרניט, אַז אַזוי האָט זי געמוזט.

פֿאַרן ברייטן עולם, וואָס וועט קוקן דעם פֿילם, איז עס אַ זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע זאַך, אַז די אונטערגעדריקטע חסידישע פֿרויען וואָלטן זיך באַפֿרײַט פֿון זייער שקלאַפֿערײַ, ווען זיי וואָלטן נאָר געהאַט די מעגלעכקייט. דאָס וואָס זיי טוען עס ניט איז, ווײַל זיי האָבן ניט קיין ברירה, אָדער זיי באַנעמען ניט זייער אמתן מצבֿ און האָבן זיך צו אים צוגעוווינט. אַזאַ בילד איז אָבער צו פּשוט, און אין „פֿעליקס און מיירע‟ זעט מען אויך די שיינע זײַטן פֿונעם חסידישן לעבנס־שטייגער. ס׳איז אפֿשר אַ ביסל נודנע, אָבער קיין שקלאַפֿערײַ איז עס ניט.

מיר דאַכט זיך, אַז דער נאַיִווער פּאָרטרעט פֿון מיירע, וואָס גיט צו דעם פֿילם אַזאַ חן, שטימט ניט אין גאַנצן מיטן אמת. כּדי אַ ייִדישע טאָכטער זאָל קענען פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט, איבעררײַסן דעם קאָנטאַקט מיט איר מאַן, מיט טאַטע־מאַמע, מיט די מערסטע קרובֿים און פֿרײַנד, אפֿשר אויך מיט די אייגענע קינדער, און מאַכן אַ לעבן פֿאַר זיך אין „דרויסן‟, דאַרף זי זײַן געמאַכט פֿון אײַזן. די אַלע פֿרויען, וואָס איך קען, וואָס זיי האָבן פֿאַרלאָזט דאָס חסידישע לעבן, זײַנען שטאַרקע און מוטיקע פּערזענלעכקייטן. דווקא דערפֿאַר האָבן זיי זיך ניט געפֿילט באַקוועם אין דער ראָלע, וואָס די חסידישע קולטור האָט אויף זיי אַרויפֿגעצוווּנגען. אַזעלכע קינדערישע בלימעלעך ווי מיירע, וואָס קוקן שטיל און פֿאַרחלומט אויף דער וועלט, ווי זיי וואָלטן זיך נאָר וואָס אויסגעפּיקט פֿון די אייעלעך — אַזלעכע פֿרויען האָבן, געוויינטלעך, ניט דעם מוט און דעם כּוח אַוועקצוגיין. דאָס זעט מען אויך פֿונעם פֿאַקט, אַז דער פּראָצענט מענער צווישן די אַוועקגעגאַנגענע איז אַ סך העכער ווי דער פּראָצענט פֿרויען — ווײַל די פֿרויען דאַרפֿן זײַן שטאַרקער, כּדי זיך אַוועקצורײַסן.

די ליבע צווישן מיירע און פֿעליקס איז אויך ניט אין גאַנצן איבערצײַגעוודיק. ס׳איז ניטאָ קיין סצענע פֿון סעקסועלער אינטימקייט צווישן זיי — אַפֿילו קיין קוש ניט! — אַזוי ווי זייער באַציִונג וואָלט געווען אין גאַנצן פּלאַטאָניש. וואָס איז דער גרויסער כּוח, וואָס האָט זיי צוזאַמענגעבראַכט — דער צופֿאַל? פּשוטע נײַגעריקייט? מיר דאַכט זיך, אַז די ראָלע פֿון פֿעליקס איז אַ ביסל אַ ליידיקע כּלי, וועלכע זאָל דינען דעם צוקוקער, כּדי זיך אַרײַנצופּראָיעקטירן אינעם פֿילם און צו פֿירן אַ ליבע מיטן אומשולדיקן חסידישן מיידל… דעריבער פֿעלט פֿעליקס אויס צו זײַן אַ פּערזענלעכקייט.

אָבער דאָס איז אַלץ קלייניקייטן, וואָס שטערן ניט דער קינסטלערישער קוואַליטעט פֿונעם פֿילם. פֿאַרקערט, דער פֿילם איז שטאַרקער, ווײַל די העלדן זײַנען ניט הונדערט פּראָצענט רעאַליסטיש; זיי שפּילן אַזוי, כּדי אַרויסצורופֿן אונדזער סימפּאַטיע. און דער פֿאַקט, אַז מע דאַרף אַרײַנקריכן אין די געדערעם פֿונעם פֿילם, כּדי אויסצוגראָבן דאָס ביסל אומאמתדיקייט, איז אַליין אַ חידוש; געוויינטלעך, אין אַ פֿילם וועגן חסידים, רײַסט די פֿאַלשקייט די אויגן און גרילצט אין די אויערן אין יעדער סצענע. די איינציקע קינסטלערישע קריטיק איז אפֿשר, דער פֿילם וואָלט געקאָנט זײַן אַ ביסל קירצער.