500 רוסלענדישע ייִדן וועלן אײַנקויפֿן אין „היפּער כּשר‟

500 Russian Jews Will Shop at Hyper Cacher

באַטייליקטע אין דער Eurostars־פּראָגראַם מאַכן הבֿדלה
www.lubavitch.com
באַטייליקטע אין דער Eurostars־פּראָגראַם מאַכן הבֿדלה

פֿון ייִט״אַ

Published April 29, 2015, issue of May 15, 2015.

מאָסקווע. — דער רוסלענדישער הויפּט־רבֿ בערל לאַזאַר אָרגאַניזירט אַ באַזוך פֿון 500 יונגע ייִדן אין דער כּשרער שפּײַזקראָם „היפּער־כּשר‟ לעבן פּאַריז, וווּ פֿיר ייִדישע קונים זענען דערהרגעט געוואָרן אין אַ טעראָריסטישן אַטאַק דעם 9טן יאַנואַר. די דעלעגאַציע פֿון 18־28 יאָריקע יונגע לײַט וועט אָפּפֿליִען פֿון מאָסקווע דעם 1טן מײַ אויף אַ באַזוך אין פּוילן (דער עיקר — אוישוויץ), אין בערלין און פֿראַנקרײַך, האָט לאַזאַר געזאָגט דער ייִט״אַ. אין פֿראַנקרײַך וועלן זיי קויפֿן שפּײַז אין „היפּער־כּשר‟, כּדי אַרויסצוּווײַזן סאָלידאַריטעט מיט די אָרטיקע ייִדן, האָט לאַזאַר געזאָגט. די דעלעגאַציע איז אַ טייל פֿון דער Eurostars־פּראָגראַם, אָרגאַניזירט פֿון דער רוסלענדישער ייִדישער קהילה, וווּ די באַטייליקטע לערנען זיך זעקס חדשים לאַנג וועגן דער ייִדישער געשיכטע און רעליגיע, און דערנאָך פֿאָרן זיי באַזוכן עטלעכע אייראָפּעיִשע ייִדישע קהילות. די רײַזע דעם קומעדיקן חודש וועט זײַן די דריטע פֿון דער פּראָגראַם, און דאָס ערשטע מאָל, וואָס אַ וויזיט קיין פֿראַנקרײַך איז אַ טייל פֿונעם צײַטפּלאַן.

„איך געדענק, ווען דער חב״ד־שליח אין פֿראַנקרײַך פֿלעגט זאַמלען די שפּײַזן, וואָס זענען שוין געווען נאָענט צו דער אויסלויף־דאַטע, און זיי שיקן אַהער קיין רוסלאַנד,‟ האָט לאַזאַר געזאָגט. „איצט איז געקומען די צײַט, אַז מיר זאָלן זיי אַרויסווײַזן די שטיצע.‟

אַנטיסעמיטישע אינצידענטן קומען זעלטן פֿאָר אין רוסלאַנד, האָט לאַזאַר געזאָגט בעת אַ זיצונג מיט די באַטייליקטע פֿון אַ קלאַס אינעם Limmud FSU, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך. „דעם אמת געזאָגט, פֿיל איך זיך הײַנט זיכערער אויף די גאַסן פֿון מאָסקווע איידער אויף די גאַסן פֿון אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער,‟ האָט לאַזאַר באַמערקט. בערך 80 מענטשן אין דער הײַיאָריקער נסיעה זענען פֿון מאָסקווע, און די איבעריקע קומען פֿון אַ צאָל אַנדערע שטעט און שטעטלעך איבער רוסלאַנד.