אין וואַשינגטאָן, די הויפּטשטאָט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז פֿאַראַן בלויז איין ייִדישע טאָגשול. מיט דער הילף פֿון אַ גרויסער סומע געלט, 20 מיליאָן דאָלאַר, פּלאַנירט מען זי ממשותדיק צו טראַנספֿאָרמירן.
מאָנטיק, דעם 27סטן אַפּריל, האָט די ייִדישע עלעמענטאַרע שול אין וואַשינגטאָן איבערגעגעבן, אַז זי האָט באַקומען די גרויסע נדבֿה פֿון צוויי פּריוואַטע שטיצער, וואָס וועט דערמעגלעכן איר צו פֿאַרברייטערן די לימודים ביזן אַכטן קלאַס.
די שטיצער זענען אַלפֿרעד מאָזעס, אַ געוועזענער אַמבאַסאַדאָר פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין רומעניע, און די משפּחה פֿון זײַן לאַנג־יאָריקן חבֿר, מילטאָן גאָטעסמאַן.
נעמי רים, די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער שול, האָט איבערגעגעבן, אַז די מתּנה וועט העלפֿן צו בײַטן דאָס גאַנצע פּנים פֿונעם אַנשטאַלט. אָנהייבנדיק פֿון 2018, אַ דאַנק דער געלט־מתּנה, קלײַבט מען זיך צו עפֿענען די נײַע קלאַסן; די קינדער, וואָס לערנען זיך איצט אינעם דריטן קלאַס, וועלן דעמאָלט קאָנען ממשיך זײַן זייער ייִדישע בילדונג אינעם זיבעטן קלאַס.
הײַנט לערנען זיך אין דער וואַשינגטאָנער ייִדישער טאָגשול בערך 300 תּלמידים — אַלץ מער במשך פֿון די לעצטע צען יאָר. אַ סך קינדער שטאַמען פֿון באַקאַנטע ייִדישע כּלל־טוער און קהילה־פֿירער. די שול געהערט נישט צו קיין באַשטימטער ייִדישער דענאָמינאַציע און נעמט אָן תּלמידים פֿון אַלע ייִדישע שיכטן. די איינציקע אַנדערע ייִדישע טאָגשולן אינעם ראַיאָן, אַן אָרטאָדאָקסישע און אַ קאָנסערוואַטיווע, געפֿינען זיך אין די פֿאָרשטעט פֿונעם שטאַט מערילענד.
אין אַ שמועס מיטן Forward, האָט מאָזעס באַטאָנט, אַז ער גיט קיינמאָל נישט קיין מתּנות, ווען עמעצער בעט בײַ אים געלט אָן קיין קלאָרער סיבה. דער 85־יאָריקער דיפּלאָמאַט האָט אונטערגעשטראָכן, אַז ווען ער האָט זיך דערוווּסט, אַז די שול האָט אַ גוטע רעפּוטאַציע, האָט ער באַשלאָסן אויסצוטיילן 10 מיליאָן דאָלאַר.
מאָזעס האָט געדינט ווי אַן עצה־געבער אין דער אַדמיניסטראַציע פֿונעם פּרעזידענט דזשימי קאַרטער. ווען אין רומעניע האָט נאָך געהערשט די פּראָ־סאָוועטישע רעגירונג, האָט דער פּרעזידענט ביל קלינטאָן אים געשיקט צו דינען דאָרטן. בעת זײַן אַרבעט אין בוקאַרעשט, האָט מאָזעס זיך אַקטיוו פֿאַרבונדן מיט דער אָרטיקער ייִדישער קהילה און געהאָלפֿן די רומענישע ייִדן צו עמיגרירן אין די מערבֿדיקער לענדער.
ווען דער אַמבאַסאַדאָר האָט פֿאָרגעלייגט זײַן מתּנה, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די שול קלײַבט זיך צו פֿאַרברייטערן דעם אָפּטייל פֿאַר קליינע קינדער, און איז נאָך נישט גרייט צו עפֿענען די עלטערע קלאַסן. מילטאָן גאָטעסמאַן, אַ נאָענטער חבֿר פֿון מאָזעס, האָט דעמאָלט צוגעזאָגט אויסצוגעבן נאָך 10 מיליאָן. מאָנטיק, דעם 27סטן אַפּריל, איז די מעיאָרין פֿון וואַשינגטאָן, מוריעל באָוזער, אויפֿגעטראָטן צוזאַמען מיט די צוויי שטיצער, און האָט באַטאָנט, אַז דאָס געלט וועט דערמעגלעכן צו פֿאַרווירקלעכן דעם פּלאַן און צו עפֿענען אַ נײַע ייִדישע טעגלעכע שול אין דער שטאָט, וווּ די קינדער וועלן האָבן אַ מעגלעכקייט זיך לערנען ביזן עלטער פֿון מיטלשול.
מאַרק קראַמער, דער פֿאַרטרעט־דירעקטאָר פֿאַר אויספֿיר־ענינים בײַ RAVSAK, די נעץ פֿון טאָגשולן בײַ די ייִדישע קהילות אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט באַטאָנט, אַז די נדבֿה איז געווען אַן „אויסערגעוויינטלעכע‟ מתּנה, וואָס ווײַזט, אַז די טעגלעכע שולן פֿירן ווײַטער אויס גאָר אַ וויכטיקע ראָלע ווי אַ יסוד פֿונעם ייִדישן קהילה־לעבן אין די הײַנטיקע אַמעריקאַנער שטעט.
לויטן פּלאַן, האָפֿט מען אַרײַנצונעמען מער ווי 400 תּלמידים אין דער נײַער שול. אין פּרינציפּ, האָפֿט די שול־אַדמיניסטראַציע אויך צו עפֿענען אַ מיטלשול אין דער צוקונפֿט. רים האָט אָבער דערקלערט, אַז דערווײַל איז נאָך צו פֿרי צו טראַכטן וועגן אַזאַ פּלאַן. אויפֿן איצטיקן מאָמענט, האָט זי באַטאָנט, איז וויכטיק צו פֿאַרברייטערן די שול צו ביסלעך, טראָט בײַ טראָט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.