פֿאַרװאָס זײַנען די ייִדישע קינסטלער אין אַמעריקע געװען אַזױ טיף אַרײַנגעטאָן אין דער לינקער פּאָליטיק? די דאָזיקע פֿראַגע װערט גענוי באַהאַנדלט אינעם בוך פֿון מעטיו בײגעל, אַ מומחה אין דער אַמעריקאַנער קונסט־געשיכטע. ער פֿאָרמולירט זײַן טעזיס קורץ און שאַרף: „דער חוש פֿאַר סאָציאַלן יושר און דאָס אַחריות פֿאַרן כּלל, װאָס זײ האָבן אײַנגעזאַפּט יונגװײַז, האָט משפּיע געװען אױף זײערע פּאָליטישע ברירות‟. אין זײַנע פֿאָרשונגען און אױסטײַטשונגען פֿון פֿילצאָליקע קונסטװערק דערװײַזט בײגעל, אַז די ייִדישע מאָטיװן זײַנען דאָ טיף איבערגעפֿלאָכטן מיט פּאָליטישע דאגות.
אין אונטערשייד צו אַ סך אַמעריקאַנער קונסט־היסטאָריקער, איז בײגעל גוט באַהאַװנט אין דער ייִדישער קולטור און קאָן לײענען ייִדיש. דער ענין ייִדיש האָט אױך געשפּילט אַ היפּשע ראָלע אין דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאָליטיק. די באַציִונג צו ייִדיש איז געװען אַ ביסל סתּירותדיק. פֿון אײן זײַט, האָבן די קאָמוניסטישע אָרגאַניזאַציעס געשטיצט און גענוצט ייִדיש אין זײער פּראָפּאַגאַנדע װי די ייִדישע „פֿאָלקסשפּראַך‟. פֿון דער צווייטער זײַט אָבער, איז ייִדיש געװען אױך אַ שפּראַך פֿון דער רעאַקציאָנערער „ייִדישקײט‟, װאָס איז געגאַנגען קעגן דער אידעאָלאָגיע פֿון פּראָלעטאַרישן אינטערנאַציאָנאַליזם. בײגעל באַװײַזט אױפֿן סמך פֿון פּריװאַטע בריװ, װאָס װערן אָפּגעהיט אין דעם „אַרכיװ פֿון דער אַמעריקאַנער קונסט‟ אין סמיטסאָניאַן־אינסטיטוט אין װאַשינגטאָן, אַז לרובֿ האָבן די לינקע ייִדישע קינסטלער גענוצט ייִדיש אין זײער פּריװאַטער קאָרעספּאָנדענץ און „בלי־ספֿק גערעדט אױף ייִדיש צװישן זיך‟.
אַ סך ייִדישע קינסטלער, װאָס זײַנען אַלײן געװען אימיגראַנטן, האָבן געהאַט װאַרעמע געפֿילן פֿאַר סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אין זײער פֿאַנטאַזיע האָט זיך די נאָסטאַלגיע נאָכן אַלטן שטעטל צונױפֿגעשמאָלצן מיטן אוטאָפּישן גלויבן אין דער קאָמוניסטישער צוקונפֿט. דאָס דאָזיקע גלויבן האָט געדינט װי אַ פֿאַרטײדיקונג־געװער קעגן דעם אַמעריקאַנער אַנטיסעמיטיזם, װאָס האָט דערגרײכט זײַן שפּיץ אין די 1920ער־1930ער יאָרן. די ידיעות, װאָס פֿלעגן אָנקומען פֿון אײראָפּע, זײַנען געװען נאָך ערגער, בפֿרט נאָך היטלערס אױפֿקום אין דײַטשלאַנד.
די דאָזיקע פּאָליטישע טענדענצן האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט אין די װערק פֿון ייִדישע קינסטלער, קודם־כּל, אין די קאַריקאַטורן און צײכענונגען אין דער לינקער ייִדישער פּרעסע. מיט דער צײַט זענען די דאָזיקע אימאַזשן געװאָרן אַלץ מער אידעאָלאָגיש פֿאַרשאַרפֿט. אַ מוסטער פֿונעם סטיליסטישן גילגול פֿון אַװאַנגאַרד אינעם פּראָלעטאַרישן סטיל איז די קונסט פֿון לויִ לאָזאָװיק (1892—1973), װאָס איז געבױרן געװאָרן אין אוקראַיִנע, האָט שטודירט קונסט אין קיִעװ, און פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אין װײַמאַר־דײַטשלאַנד. אין די 1930ער יאָרן איז ער געװאָרן אײנער פֿון די װיכטיקסטע פֿיגורן אױף דער פּראָלעטאַרישער קונסטבינע אין ניו־יאָרק.
לאָזאָװיק האָט געהאַלטן, אַז די אױפֿגאַבע פֿון קונסט איז צו אַנטבלױזן די סתּירות צװישן סאָציאַלע קלאַסן און דערװײַזן די חסרונות פֿון קאַפּיטאַליזם. כּדי אױסצופֿירן דעם דאָזיקן שליחות, מוז דער קינסטלער פֿאָלגן די קאָמוניסטישע פּאַרטײ־ליניע. אָבער ניט אַלע קאָמוניסטישע קריטיקער האָבן געהאַלטן לאָזאָװיק פֿאַר אַן עכט־קאָמוניסטישן קינסטלער. מען האָט אים מער קריטיקירט פֿאַר זײַן „מאַשינישן סטיל‟, װאָס האָט באַטאָנט די קראַפֿט פֿון מאַשינען, װי פֿאַרן באַזונגען די מאַכט פֿונעם פּראָלעטאַריאַט.
בײגעלס בוך איז כּולל פֿינף עסײען, װאָס דעקן די אַנטװיקלונג פֿון דער לינקער ייִדישער קונסט זינט איר אָנהײב, סוף־19טן יאָרהונדערט ביז דער צװײטער װעלט־מלחמה. אין משך פֿון די דאָזיקע יאָרן האָבן זיך געענדערט סײַ דער סטיל און סײַ דער אינהאַלט פֿון דער דאָזיקער קונסט.
אין די 1920ער יאָרן איז דער אידעאָלגאָשער דרוק מצד דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ געװאָרן אַלץ שטאַרקער. אין די 1930ער יאָרן האָט די פּאַרטײ געפֿאָדערט, אַז די קינסטלער זאָלן זיך צופּאַסן צו די סאָװעטישע נאָרמעס פֿון סאָציאַליסטישן רעאַליזם, װאָס איז געװען װײניקער נאָװאַטאָריש און ראַדיקאַל, אײדער דער אַװאַנגאַרד פֿון די 1920ער. אַזױ אַרום האָט דער אַװאַנגאַרד פֿאַרלױרן זײַן פֿאַרבינדונג מיט דער לינקער כּלל־פּאָליטיק און געװאָרן דער סטיל פֿאַר אױסדריקן די אָפּגעפֿרעמדקײט פֿון אַ יחיד אין דער בירגערלעכער געזעלשאַפֿט, װאָס האָט גורם געװען דעם נײַעם סטיל פֿון אַבסטראַקטן עקספּרעסיאָניזם אין די 1950ער יאָרן.
די ייִדישע קריטיקער פֿון נאָך דער מלחמה־צײַט, קלעמענט גרינבערג און האַראָלד ראָזענבערג, האָבן פֿאַרקניפּט ייִדישקײט מיט דעם עקזיסטענציעלן מצבֿ פֿון בלײַבן אַלײן אין דער פֿרעמדער װעלט, מחוץ דער קאָמערציעלער געזעלשאַפֿט. אײניקע קינסטלער, װי למשל, בען שאַן און װיליאַם גראָפּער, זײַנען פֿאַרבליבן געטרײַ דעם אידעאַל פֿון געזעלשאַפֿטלעכער יושרדיקײט, און ייִדישקײט איז נאָכן חורבן געװאָרן אַ װיכטיקער טײל פֿון זײער קונסט. דער תּנ״ך איז װידער געװאָרן אַ קװאַל, פֿון װעלכן זײ האָבן געשעפּט זײערע אידעען און אימאַזשן, װאָס אין זײערע סימבאָלישע צורות האָבן צונױפֿגעשמאָלצן גשמיות און רוחניות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.