ירושלים. — דעם 3טן יוני וועלן די ייִדישע קהילות איבער דער וועלט אָפּמערקן די ערשטע יאָרצײַט פֿון די דרײַ ישׂראלדיקע ישיבֿה־בחורים, וואָס זענען פֿאַרכאַפּט און דערהרגעט געוואָרן דורך די פּאַלעסטינער טעראָריסטן.
דער אָפּמערק־טאָג איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך די עלטערן פֿון נפֿתּלי פֿרענקל, גלעד שער און איל יפֿרח, אין איינעם מיטן ירושלימער בירגער־מײַסטער ניר ברקת און דער „גשר־אָרגאַניזאַציע‟. אַ צאָל אינסטיטוציעס, וואָס רעפּרעזענטירן מער ווי 1 מיליאָן מענטשן אין ישׂראל און איבער דער וועלט, האָבן מסכּים געווען זיך צו באַטייליקן, גיבן איבער די קאָאָרדינירער פֿונעם פּראָיעקט.
„די פֿאַרכאַפּונג פֿון אונדזערע זין איז געווען איינער פֿון די שווערסטע מאָמענטן אין דער מאָדערנער געשיכטע פֿון ישׂראל,‟ האָבן די עלטערן באַטאָנט אין אַ בשותּפֿותדיקער דערקלערונג. „פֿון דעסטוועגן, איז פֿון דער ביטערער טראַגעדיע אויסגעוואַקסן אַ זעלטענע אַחדות בײַם ייִדישן פֿאָלק. דער ציל פֿונעם ׳אַחדות־טאָג׳ איז צו פֿאַרזיכערן, אַז אָט די פֿאַראייניקטקייט פֿאַלט נישט אָפּ.‟
עס זענען פּלאַנירט פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן פֿאַרן „אַחדות־טאָג‟: ייִדן פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעזע שטראָמען וועלן לערנען תּורה אין איינעם; זיך באַטייליקן אין איניציאַטיוון לטובֿת דער סאָציאַלער גערעכטיקייט, און אָנטיילנעמען אין קאָמונאַלע קונסט־פּראָיעקטן.
מע וועט אויך אויסטיילן דעם ערשטן „פּריז לכּבֿוד אַחדות אין ירושלים‟, אין דער רעזידענץ פֿונעם פּרעזידעננט, ראובֿן ריבֿלין. אַ קאָמיטעט פֿון קהילה־פֿירער פֿון ישׂראל און אויסלאַנד וועט העלפֿן ברקת און די דרײַ משפּחות אויסצוקלײַבן די ייִדישע אַקטיוויסטן און אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן אַ סך אויפֿגעטאָן צו שאַפֿן אַחדות אין ישׂראל און אין די תּפֿוצות.
די דרײַ בחורים זענען פֿאַרכאַפּט געוואָרן אויף אַן אויטאָבוס־סטאַנציע אין אַלון שבֿות, אויפֿן מערבֿ־ברעג, דעם 12טן יוני 2014. נאָך אַ ריזיקער זוכעניש, האָט מען געפֿונען זייערע קערפּערס מיט 18 טעג שפּעטער, אין אַ פֿעלד לעבן חבֿרון. לויטן טעלעפֿאָנישן נויטרוף, וואָס איינער פֿון די בחורים האָט געמאַכט צו דער פּאָליציי, און לויט די באַווײַזן אינעם אויטאָ, וואָס מע האָט געניצט זיי צו פֿאַרכאַפּן, זענען די ייִנגלעך דערהרגעט געוואָרן גלײַך נאָך דער פֿאַרכאַפּונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.